לאנדאן – א פלאן פון דער לעיבאר פארטיי, וויאזוי צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם אינערהאלב זייער פארטיי, האט ארויסגערונען צו דער מידיא. דער פלאן באשטייט פון דרייצן פונקטן, און עס צילט בעיקר צו מאכן גרינגער פאר מיטגלידער אריינצוגעבן קאמפלעינטס איבער פארטיי באאמטע וועלכע האבן זיך אויסגעדרוקט מיט אנטיסעמיטישע ווערטער, אדער באגאנגען אן אנטיסעמיטישן אקט. איינס פון די פונקטן זענען, אז די פארטיי וועט אויפנעמען א נייעם לויער וועלכער וועט באהאנדלען אלע טענות איבער אנטיסעמיטיזם אינערהאלב דער פארטיי, און אויך וועלן קאמפלעינטס געהאלטן ווערן אנאנים, אזוי אז דער וואס באקלאגט זיך, וועט נישט אויסשטיין קיין שום טשעפערייען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל