אמאן – דער ירדנ'ער קעניג אבדולא האט נעכטן באזייטיגט דעם אמטירנדן פרעמיער מיניסטער האני מאליקי פון זיין אמט, און האט אויפגענומען דעם באקאנטן גלאבאלן עקאנאמיסט אומאר על-ראזאז, צו פארמירן א נייע רעגירונג וואו ער זאל דינען אלס נייער פרעמיער מיניסטער. קעניג אבדולא'ס שריט קומט נאכדעם וואס עס האבן עטליכע טעג געבושעוועט העפטיגע פראטעסטן און אומרוען אין לאנד, ווען הונדערטער טויזנטער בירגער זענען ארויסגעקומען אין עטליכע שטעט צו פארפירן קעגן געפלאנטע שטייער העכערונגען. לאקאלע רעגירונג באאמטע זאגן אז ס'איז מעגליך אז דער פלאן פאר שטייער העכערונגען וועלן אפגעשאפן ווערן אונטער על-ראזאז.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל