ניו יארק - מייקעל סאסמאן, א בארימטער ציווילע רעכטן אקטיוויסט און לויער, האט געמאלדן אז ער שליסט זיך אן אין די געיעג צו ווערן ערוויילט אלס דער אטוירני דזשענעראל, אין א שטוינענדע מעלדונג וואס האט געהויבן אויגן ברעמען אין די פאליטישע גאס. טראץ וואס אין די גאס איז נישט ערווארטעט אז סאסמאן זאל אנציען אזוי ווייט צו קענען געווינען די וואלן און פאקטיש ווערן די העכסטע פראקוראר אין די סטעיט, זאגט אבער סאסמאן אז ער גלייבט אז ער קען פאקטיש דאס מאכן ביז די ענדע.
סאסמאן וועט לויפן אויף א פלאטפארמע פון באזיגן די לאנגיעריגע כראנישע קארופציע אין די סטעיט רעגירונג קארידארן, זאגנדיג אז ער וועט אויפשאקלען די מאכטפולסטע אפיסעס אין די סטעיט. סאסמאן וועט זיך פארמעסטן אין נאוועמבער מיט די געווינען פון די דעמאקראטישע פריימערי, אין וועלכע עס לויפן דער אפסטעיט קאנגרעסמאן פעטריק מעלאני, געוועזענע סיטי קאונסיל מיטגליד און אמטירנדע ניו יארק סיטי פובליק אדוואקאט לעריטיע דזשעימס. איינע פון די פראיעקטן וואס סאסמאן האט געקעמפפט דערקעגן לעצטענס אין די געריכטליכע זאלן, איז די לעגאלאנד פארק וואס וועט געבויעט אין גאושען.

הוסף רשומת תגובה