צום צווייטן טאג נאכאנאנד וואס איראנער פראטעסטירער שפארן גענצליך אפ טהעראנ'ס היסטארישע 'באזאר'; טויזענטער פראטעסטירן פארנט פונעם פארלעמענט אין טהעראן און שרייען "טויט פאר פאלעסטינע"....

בילד



עס איז שוין דער צווייטער טאג נאכאנאנד וואס די שטורמישע פראטעסטן האלטן אן אין טהעראן, און דאס מאל איז עס טאקע געווען פול מער שטורעמישער ווי זונטאג, קודם כל איז עס פארגעקומען אויף צוויי הויפט פלעצער אין שטאט, נישט אויף איינס ווי זונטאג, און נאכדעם זענען די געמיטער שוין געווען פיל פיל מער היציג ווי נעכטן, ווען קודם כל זענען די פראטעסטירער געווען פיל מער צושטורעמט און צעווילדעוועט היינט ווי נעכטן, און בכלל נעמט עס אלץ געווענליך א טאג אדער צוויי ביז דער מעסעדזש פון די פראטעסטן גייט געהעריג ארויס אויפן גאס, און עס באקומט די ריכטיגע מאמענטום. אבער די עיקר חידוש פונעם היינטיגן טאג, וואס האט איבערגעלאזט די מידיא מיט א אפענעם מויל.., נישט גלייבענדיג וואס זיי זען פאר זייערע אויגן, איז געוען די אומגלויבליכע שרייערייען אויף פערסיש, "טויט פאר די פאלעסטינער", א זאך וואס מיט בלויז אייניגע יאר צוריק האט מען זיך דאס שווער געקענט אויסמשל'ן אפילו אין בעסטן חלום.., האלט מען שוין היינט ביי א מצב אז נישט בלויז זיי שרייען מער נישט 'טויט פאר אמעריקע' אדער 'טויט פאר איזראעל', פארקערט, אדרבה, זיי רעגן זיך גאר אויף די כסדר'דיגע געלט און רוקן בין שטיצע מיט וואס איראן שטיצט און פאטראנירט די פאלעסטינער פראבלעם, אנשטאט'ס צו שפייזן זייערע אייגענע פאלק מיט ברויט און וואסער.

די עיקר יעצטיגע אויפברויז פונעם 'המון עם' אקעגן די אייאטאלא רעזשים איז בעיקר אן עקאנאמישע, די עקאנאמיע אין איראן איז אויף א שפל המצב, דאס פאלק הונגערט אוועק אין פשוטן זין פונעם ווארט, די געשעפטן אין אלע גרויסע שטעט פוסטעווען אוועק במלא מובן המילה, 'דער ריאל' איז שבת אנגעקומען צו א נייע נידריגע שטופע פון 90,000 ריאל פאר א דאלאר..., (נו? א וואונדער אז די געשעפטן פוסטעווען אוועק? ווער קען זיך שלעפן צום געשעפט מיט דריי שווערע זעק אנגעפולט מיט ריאל'ס....?), און די ארימע ארבעטער פון די סאבערב'ס קענען נישט פארקויפן זייערע פראדוקטן צו די גרויסע שטעט וויבאלד קיינער קען זיך נישט ערלויבן צו קויפן די זאכן. דער שטרוי אויפן קעמל'ס רוקן וואס האט צובראכן דער רוקן איז געווען, ווען דער אור אלטע היסטארישע 'באזאר' פון דער הויפטשטאט טהעראן האט דעם שבת ארויסגעגעבן זייערע יערליכע ציפערן, און עס האט געוויזן א שרעקליכע און טרוקענע מציאות, אז דער היסטארישע טהעראנ'ישע 'באזאר' וואס פאראייניגט אונטער זיך איבער 15,000 באזאר טישלעך, און פלעגט אלט'ס זיין דער שטאלץ פונעם איראנישע הויפטשטאט, איז אויף טיפע געהאקטע צרות און עס שטייט ממש אויף הינערנע פיס.

ווי נאר דער באריכט איז שבת באקאנט געווארן האט עס אויפגעברענגט שטארקע אויפברויז און אויפרעגונג ביי די איראנער בירגער, בפרט אז עס קומט אין די ערגסטע צייט פאר די הונגעריגע איראנער בירגער, נעמליך, בשעת אמעריקע טוט ווידער באשטעטיגן די זייער שווערע סאנקציעס אויף איראן, וואס וועט כמעט גענצליך פארקריפלען די ביסל אויסלענדישע עקספארט וואס איראנער קאמפעניס טוען שוין יא פראדעצירן. זונטאג האבן זיך אלע פעדלער'ס און טישל פארקויפערס פונעם טהעראנ'ישע באזאר צוזאמגענומען ספאנטאניש, און ארומגעגאנגן פון איין טישל צום צווייטן, און אויפגעפאדערט א יעדער סוחר זאל זיך אנשליסן אינעם מאסיוון פראטעסט אקעגן די נישט נארמאלע בעפארצוגן פונעם איראנער רעגירונג, די סוחרים האבן ארוממארשירט אינעם באזאר געגענט פאר איבער זעקס שעה, און האבן למעשה באוויזן צו פארשליסן כמעט אלע געשעפטן פונעם באזאר, כאטשיג וואס די אפיציעלע פאליציי קראפט האט פראבירט מיט אלע כוחות אז געוויסע געשעפטן זאלן יא צוריק עפענען, זענען זיי אבער שטארק פארשריגן געווארן דורך די טויזענטער אנוועזענדע סוחרים, און האבן זיך למעשה אפגעהאלטן פון גיין אקעגן די שטראם. די פראטעסט איז געווען א געפערליכע בושה פארן איראנער רעזשים, וויבאלד איינס פון די עלטסטע סימבאלן פון פערסישן טהעראן, האט באשלאסן אז זיי האבן שוין גענוג געהאט פונעם פארפוילטע אייאטאלא רעזשים.

נעכטן אבער איז געווען דער הויכפונקט, ווען באנאזאם מיט די באנייטע פראטעסטן אינעם באזאר אומגעגענט, האט זיך צוזאמגענומען א ריזיגע עולם פארנט פונעם פארלאמענט אין טהעראן, און האט ווילד פראטעסטירט אקעגן דער רעזשים אין איראן, און ווי ערווענט אויבן האבן די מאסן געשריגן אין טויב – הויכע טענער "טויט פאר פאלעסטינע", נעמליך, די פראטעסטירער האבן געוואלט ארויסברענגן זייער שטארקע אנטריסונג, אז דער רעגירונג טיילט ביד רחבה וברוח נדיבה מיליאנען פאר די טעראריסטן וואס שלאגן זיך מיט איזראעל, בו בזמן וואס זייערע אייגענע בירגער האבן ממש נישט אויף ברויט צו עסן. דאס איז שוין געווען א זייער שטארקע חידוש, און עס ווייזט אז די אראבישע גאס איז שוין פון לאנג געווארן צוגעגעסן פון דעם פאלעסטינער פראבלעם, און זיי זענען נישט מוכן זיך מקריב צו זיין דערפאר, אדער אפילו אביסל זיך צו לאזן קאסטן דערפאר. אונטערעסאנט איז, אז די אפיציעלע איראנער מידיא האט איגנארירט די פראטעסטן אינעם באזאר געגענט, און האט נאר ערווענט די פראטעסטן פארנט פונעם פארלאמענט, אזוי אויך האבן זיי נישט אויפגעשפילט די פארשעמענדע לאזונגען וואס מען האט געהערט ביים פארטעסט פארנט פונעם פארלאמענט. אבער נעכטן האט קורסירט אין די מידיא הונדערטער קליפס וואס פריוואטע מענטשן האבן געכאפט פון די פראטעסטן, און די געשרייען "טויט פאר פאלעסטינע", הילעכט אפ קלאר און דייטליך אז מען קען טויב ווערן....


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל