מדינת ישראל - אן איבערזיכט ארויסגעגעבן איבער די צושטאנד פון די מדינת ישראל מיליטער צייגט, אז טראץ די אלע גרויסהאלטערישע ווארענונגען פון מלחמה דורך די מדינת ישראל פאליטיקאנטן איבער זייער גרייטקייט צו אונטערנעמען מיליטערישע שריט אין די געגענט, שטייט די מיליטער נישט גרייט צו קענען אונטערנעמען אזא קאמפ. די איבערזיכט דורך א קערפערשאפט וואס איז געשטעלט צו איבערקוקן די באקלאגענישן וואס ווערן אריינגעגעבן דורך דעם ברייטן ציבור זאגט, אז מדינת ישראל איז פולקאם נישט גרייט פאר א פולשטענדיגע מלחמה, ציטירנדיג א רייע פראבלעמען אינערהאלב די מיליטער, צווישן זיי אויך די דיסקרימינאציע און ראסיזם וואס הערשט צווישן די ראנגען פון די אפיצירן אין באצוג צו מינאריטעטן.

בלויז אין די פארלאפענע וואך האבן די ארטיגע שפארבערישע פאליטיקאנטן עטליכע מאל געווארענט אז זיי שטייען גאר נאענט צו דערקלערן א פרישע קריג און צוריק אייננעמען די עזה פאס, וואס איז אונטער די קאנטראל פון די כאמאס ארגאניזאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל