וויען – אויב איר שפירט זיך לאנגווייליג מיט אייער לעבן דאהי אויף אונזער פלאנעט, קענט איר זיך איינשרייבן צו ווערן א בירגער אינעם לאנד "אסגארדיע", און האפן אז די פירער פון דעם "לאנד" גייען טאקע אויספירן זייער פארשפרעכונג און בויען א לאנד אויף דער לבנה. אסגארדיע איז געגרינדעט געווארן בלויז 20 מאנאטן צוריק, און איר פירער איגאר אשורבאלי זאגט, אז ער האט שוין צוויי הונדערט טויזנט בירגער, א קאנסטיטוציע און אן ערוויילטן פארלאמענט. אשורבאלי איז אפיציעל איינגעשוואוירן געווארן ביי א צערעמאניע נעכטן מאנטאג, און ביי זיין איינשווערונג רעדע האט ער געזאגט אז זיין ציל איז צו האבן 150 מיליאן בירגער אויף דער לבנה אין צען יאר ארום.
הוסף רשומת תגובה