די מעשה, דערציילט דורך הרב יעקב משה גאנץ, האט פאסירט פאריגע וואך ביי א חתונה.
הערט די מעשה פון הרב גאנץ
זעהט ר' אהרן ביים בדחנות
פאר 28 יאהר צוריק, האט א יונגערמאן האברך ר׳ יצחק לייב ב"ר שלמה הלוי ווערצבערגער פון קרית יואל געלערענט בחברותא מיט הנגיד ר' אהרן נאה פון בארא פארק, האט זיך געמאכט עטליכע מאל אינמיטן לערנען האט רבי אהרן - וואס איז געשאנקען מיט א זעלטענע זכרון און טאלאנט - זיך צוגראמעט אזוי, האט זיך יצחק לייב איינמאל בשעת׳ן לערנען זיך אנגערופן אז היות דו ביזט באשאנקען מיט די טאלאנט פין משמח אלוקים ואנשים בעט איך דיך אז ווען איך וועל חתונה האבען און זוכה זיין צו זרע של קיימא זאלסטו זיין די בדחן ביי מיינע קינדער'ס חתונה. ר' אהרן האט מסכים געווען.
27 יאהר שפעטער (היי יאהר) האט ר' יצחק לייב א שידוך געטוהן מיט זיין זוהן, קלינגט ער אן זיין אלטען חברותא ר' אהרן (וואס זיי האבען נישט געהאט די נאנטע שייכות ווי אמאל) און זאגט אים אז ער האט ב"ה א שידוך געטוהן מיט זיין בכור און ער פרעגט ר' אהרן צי ער גדענקט די אפמאך און צי ער נעמט נאך אן בדחנות (ר' אהרן פלעגט נאך זיין חתונה בדחנ'ען פאר פרנסה).
ר' אהרן האט אים געוואונטשען מזל טוב און ערקלערט אז ער טוט שוין לאנג נישט בדחנות און איז היינט א פארנומענע ביזנעסמאן. "אויסער דעם", פארענטפערט זיך ר' אהרן, "האב איך א חתונה א נאכט פריער [פון הנגיד אברהם פנחס בערקאוויטש], און אין די טאג פון דיין שמחה האב איך גאר א זיצונג אין די ווייטע שיקאַגאָ. זיי מיר מוחל, אבער איך וועל ניטאמאל קענען זיך באטייליגען אין דיין שמחה, און זיכער נישט גראמען."
ווי נאר ר' יצחק לייב הערט די רייד, זאגט ער פאר ר' אהרן מיט א הארץ אנגעפילט מיט פרייד, "געוואלדיג! דער חתונה גייט זיין אין שיקאגא, און דו וועסט זיין דער בדחן!"
ר' אהרן האט געזעהן אז פון אויבן פירט מען אים אזוי, האט ער מסכים געווען צו איינהאלטן די אפמאך. וכך הוה, ר' אהרן האט משמח געווען די חתן וכלה, און דערביי פארציילט מיט התפעלות די געשיכטע.

הוסף רשומת תגובה