סינגאפור – נעכטן איבער'ן טאג האבן געלאנדעט די צוויי וועלט פירער, פון צפון קארעא און פון די פאראייניגטע שטאטן, אין סינגאפור, וואו זיי וועלן היינט נאכט זיך צוזאמזעצן פאר'ן היסטארישן סאמיט, מיט די האפענונג צו דערגרייכן א דיעל צו פארבעסערן באציאונגען, און מעגליך פטור ווערן פון צפון קארעא'ס נוקלעארע וואפנס.

קים איז אנגעקומען קיין סינגאפור עטליכע שטונדן בעפאר טראמפ, און ער איז אויפגענומען געווארן דורכ'ן סינגאפורער אויסערן מיניסטער. פון לופטפעלד איז ער באגלייט געווארן מיט א מאסיווע מאטארקאדע צום סט. רידזשעס האטעל, וואו ער וועט איינשטיין דורכאויס די טעג פונעם סאמיט און די נאכפאלגענדע זיצונגען וואס זענען ערווארטעט פארצוקומען.

ווען טראמפ האט געלאנדעט מיט עירפארס-וואן, האט אים אויך דער סינגאפורער אויסערן מיניסטער אפגעווארט, און דער פרעזידענט און זיין סוויטע זענען אפגעפארן צום גרויסן שאנגרי-לא האטעל. טראמפ האט געזאגט אז ער וועט זעהן "פון די ערשטע 5 סעקונדעס" נאכ'ן זיך טרעפן מיט קים, צי דער סאמיט איז סוקסעספול אדער נישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל