באגדאד – א העלישער פייער האט זיך פארשפרייט נעכטן ביי א סטארעדזש ארט אינעם איראקער הויפטשטאט באגדאד, וואו די רעגירונג האבן געהאלטן האלב פון די שטאט'ס שטים קאסטענעס, וואס דערין זענען געליגן די אפגעגעבענע שטים צעטלעך פון די וואלן פאריגן מאנאט. דער פייער האט אויסגעבראכן אינמיטן א פארלאנגטע איבערציילונג פון אלע שטימען, ברענגענדיג פארדאכטן אז ס'איז אונטערגעצינדן געווארן דורך אזעלכע פארשוינען וואס האבן געוואלט אפעקטירן דעם אויסגאנג פונעם איבערציילונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל