"עס איז די עקאנאמיע, נאריש," האט דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן געזאגט אין די באגילדעטע עפאכע פון די 1990'ער יארן.

בילד




יעצט דעם זומער קען פרעזידענט טראמפ זאגן די זעלבע זאך, בשעת די עקאנאמיע אין אמעריקע איז ב"ה שטארק אין יעדן הינזיכט, די ארבייטסלאזע ראטע איז היסטאריש נידעריג, די מאנגעל אין גוטע ארבייטער איז היסטאריש גרויס, און אלע אנדייטונגען אויף סוב-קאטעגאריעס אין די עקאנאמיע זענען אין גוטע שטאפלען.

ספעציעל איז דאס אזוי אין ריעל עסטעיט און קאנסטראקשען.

וואו מ'גייט אין ניו יארק, פון דאונטאון ברוקלין ביז ניי וויליאמסבורג ביז סטעטן איילאנד ביז ווייט פלעינס ביז די נייעסטע ווערסיעס פון לי עוועניו, מעיפל, פילמאור, לעיק שאור, איבער גאנץ האדסאן וועלי ראיאן, איז אומעטום איין סצענע פון הויכע קרעינס, קאנסטראקשען מאנשאפטן, צעמענט טראקס, און נאך ארכיטעקטור פלענער אין די "פייפליין."

ווען ווארען באפעט און דזשעימי דיימאן זאגן די זעלבע זאך - ער אלס ביליאנער אינוועסטאר אויפ'ן אלטן שטייגער און דער צווייטער אלס מערסטער געשעצטער וואל סטריט עקזעקיוטיוו ביים שפיץ פון "טשעיס" - אז די עקאנאמיע איז שוין לאנג נישט געווען נאנט צום יעצטיגן צושטאנד, קען טראמפ זיין רואיג אין ווייסן הויז.

קען נאך זיין אסאך בעסער


נישט אריינצוגיין אין צופיל פאליטישע קארידארן, אבער גייענדיג צום דרוק הערט מען ערנסטע זארג ביי די דעמאקראטישע פארטיי אז די עקאנאמיע קען נאך ווערן אסאך בעסער אין די נאנטע חדשים, שטעלנדיג א גאר ערנסטע פראגע צי די פארטיי'ס חלום פון געווינען קאנטראל אויפ'ן סענאט און/אדער קאנגרעס איז בלויז פאנטאזיע.

א ליבעראלער עקספערט אויף די עקאנאמיע זאגט גאנץ אפען, אז ביז נאוועמבער, קען די ארבייטסלאזע ראטע אראפגיין צו אן אומדערהערטע 3.6 פראצענט, און די "דזשי. די. פי." קען מעגליך וואקסן אין די 2'טע קווארטאל - פון אפריל ביז יוני למספרם - אויף א ראטע פון 4 פראצענט.

א 4 פראצענט עקאנאמישע וואוקס איז אין די קאטעגאריע פון טשיינע אין די בעסטע צייטן, עפעס וואס איז נישט געהערט געווארן אין אמעריקע זינט די גאר זעלטענע גאר שטארקע קווארטאלן אין די שפעטע 1990'ער יארן.

דיימאן דער "טשעיס" באנקיר זאגט אז טראמפ'ס אגרעסיווע האנדל טאקטיקן קענען צושטערן די עקאנאמישע באלאנץ. אנדערע אנאליסטן זאגן אז טראמפ, ווי זיין אנטי-אנאליסטן ערפאלג, דערווייל, מיט צפון קארעא, איז מעגליך אז די אלע שטיקעס זענען מאנעוורעס צו דערגרייכן א גוטע "דיעל" נאך מער צו פארבעסערן אמעריקאנער ביזנעסער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל