אמווייניגסטנס 25 מענטשן זענען אומגעקומען ווען א וואולקאן האט פלוצלינג אויפגעריסן אויפ'ן פאוגא בארג אין גוואטאמאלא, אויסשפייענדיג א פלוס פון לאווא און רויך וועלכע האט זיך פארשפרייט אין מינוטן און אומגעברענגט יעדן וואס האט זיך געפונען אין וועג.

דער פלייץ פון לאווא איז אנגעקומען גאר שנעל צו דערנעבנדיגע דערפער, און פילע הונדערטער זענען שווער פארוואונדעט געווארן און הונדערטער אנדערע זענען דערווייל פארלוירן.

דאס איז דער טויטליכסטער וואולקאן אויפרייס וואס מען האט געזען אין גוואטאמאלע זינט 1902, ווען טויזנטער זענען אומגעקומען אין א וואולקאן אויפרייס.

דער וואולקאן, וואס האט זיך שוין איינגעשטעלט, איז געווען אקטיוו פאר ארום 17 שטונדן און אנגעברענגט שווערע שאדנס פאר דער גאנצער ארומיגער געגנט און באגראבן אונטער זיך עטליכע קליינע דערפער.

דער פלוס פון וואולקאנישן מאטעריאל איז אנגעקומען ביז צום לופטפעלד, וואס געפינט זיך אין דער הויפטשטאטארום 25 מייל אוועק, וואס איז אלס רעזולטאט פארשלאסן געווארן.

בילד: לאווא ווייסט נישט פון קיין ברעגן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס



בילד: מענטשן פארכאפט אין די לאווא-פלוס, פארהארטעוועט מיט די איברעגע

בילד: וואולקאן אויפרייס

בילד: וואולקאן אויפרייס

בילד: וואולקאן אויפרייס

בילד: וואולקאן אויפרייס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל