גואטאמאלא – העכער זעכציג זענען אומגעקומען, און הונדערטער אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען איינע פון די גרעסטע וואולקאן בערג אין גואטאמאלא האט עקספלאדירט מיט א שטארקן מאכט זונטאג פארנאכטס, שיסנדיג הויפנס אש, לאווא און ברענענדיגע שטיינער אויף ארומיגע שטעטלעך.

זעה בילדער און ווידיא


בילד




דער אויפרייס ביים "פועגא" וואולקאן בארג, וועלכע געפינט זיך אינדרויסן פונעם ארטיגן הויפטשטאט גואטאמאלא סיטי, איז שוין דאס צווייטע מאל היי יאר. טראץ וואס מ'ווייסט אז דער בארג איז אקטיוו, געפונען זיך אנגעפילטע און באוואוינטע שטעטלעך ארום און ארום, וואס דאס האט געפירט צום הויכן צאל פאטאליטעטן.

טויזנטער זענען צייטליך עוואקואירט געווארן פון עטליכע פון די שטעטלעך, אבער פאר פילע אנדערע איז שוין געווען צו שפעט, און זיי זענען פארכאפט געווארן אין די שווערע לאווא, אש און רויך וואס איז געפאלן אויף זייערע קעפ. אויסער די פאטאליטעטן און פארוואונדעטע, זענען הונדערטער טויזנטער איינוואוינער אונטער אלערט פאר אטעמען פראבלעמען, צוליב די שווארצע שטויב וואס האט זיך צעשפרייט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל