לאנדאן – נעכטן זענען אויפגעדעקט געווארן פרישע דעטאלן ארום דעם שרעקליכן פייער אויפ'ן גרענפעל טורעם אין לאנדאן, ענגלאנד, וואס האט פאסירט פאראיאר זומער מיט 71 פאטאליטעטן, אריינגערעכנט פילע פרויען און קליינע קינדער. ווי מען האט געהערט, זענען די איינוואוינער אנגעזאגט געווארן דורך פייער באאמטע אויף דער סצענע, אז זיי זאלן פארבלייבן אין זייערע אפארטמענטס און נישט פרובירן אראפצוקומען אלע צענדליגער שטאקן זיך צו ראטעווען פונעם פייער. פייער באאמטע האבן פארטיידיגט זייער באשלוס, זאגנדיג אז זיי האבן נישט געוואוסט ווי שנעל דאס פייער וועט זיך צעשפרייטן, א דאנק די אומלעגאלע "סיידינג" אויף די דרויסנדיגע ווענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל