לאנדאן. - א מאסיווע שריפה האט זונטאג פארנאכטס אויסגעבראכן אינעם פאפולערן קעמדען לאק מארקעט אין לאנדאן. איבער 10 פייערלעשער טראקס און 60 פייערלעשער זענען גיך אנגעקומען צו פארלעשן די שריפה, אבער די פלאמען זענען געשפרונגען הויך אין דער לופטן און האבן פארצוקט נאך און נאך פליגלען פון דעם סופערמארקעט. עטליכע געביידעס זענען געווען גענצליך ארומגענומען אין פלאמען. דער מארקעט פארמאגט איבער 1,000 סטארס און פארקויף-בודקעס, און ס'איז א באקאנטער פארברענגט ארט פאר דער צפון-לאנדאנער באפעלקערונג. די לאנדאנער פאליציי איז אראפגעקומען צום ארט און אויך די אמבולאנסן. די שריפה קומט נאך דעם גרענפעל טאוער פייער אין לאנדאן אין וועלכע 80 זענען אומגעקומען. דער קעמדען לאק מארקעט זעלבסט האט אין 08' געליטן פון א שרעקליכער שריפה, וואס האט געפירט צו זארגן איבער איר צוקונפט, און עס האט גענומען שעה'ן ביז מען האט ארויסגעראטעוועט די הונדערטער מענטשן פון דער געביידע.

בילד: מאסיווע פייער ביי קעמדען לאק מארקעט אין לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל