טערקיי. - דייטשלאנד האט נעכטן אנגעהויבן ארויסציען אירע טרופן און עראפלאנען פון דער טערקישער אינסירליק באזע, נאך א ריס וואס האט זיך געשאפן צווישן דייטשלאנד און טערקיי. דייטשלאנד האט דארטן סטאנציאנירט טרופן און עראפלאנען פאר די קאמפן קעגן די אייסיס טעראריסטן, אבער אינצווישן האבן זיך דייטשלאנד און טערקיי צעריסן, ווען דייטשלאנד האט קריטיקירט די שטייפע אונטערדרוקונגען נאכ'ן אומגעלונגענעם פוטש קעגן ערדואן און האט פארבאטן טערקישע פאליטישאנס צו קאמפיינען אויפ'ן דייטשן באדן פאר די קאנסטיטוציאנאלע טוישונגען וואס ערדואן האט איינגעפירט כדי צו באקומען מער מאכט. דאס האט געפירט טערקיי זאל פארדאמען דייטשלאנד אלס נאציס און זי האט אויך פארבאטן דייטשע פאליטישאנס פון באזוכן די דייטשע טרופן אינעם אינסירליק באזע, דערפאר איז געקומען צו א גענצליכן ריס, און דייטשלאנד וועט אריבערפירן אירע טרופן און עראפלאנען צו א באזע אין ירדן.

בילד: דייטשלאנד הייבט אן ארויסציען טרופן פון טערקישע עירפארס באזע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל