ניו יארק. - א סקאנדאל האט נעכטן אויפגעריסן מיט א באריכט אין ניו יארק טיימס, אז דאנאלד טראמפ'ס עלטסטער זון, זיין איידעם דזשארעד קושנער, און אנדערע, האבן קורץ נאכדעם וואס טראמפ האט געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע געהאט א מיטינג אינעם טראמפ טאוער, מיט א רוסישע אדוואקאטין, וועלכער האט זיי פארשפראכן צו געבן נעגאטיווע אינפארמאציע קעגן פרוי קלינטאן. די מיטינג האט אריינגענומען דאנאלד טראמפ דזשוניאר, דער איידעם דזשארעד קושנער, און פאול מאנאפארט איינע פון די הויפט טראמפ קאמפיין באאמטע. די רוסישער אדוואקאטין איז געווען נאטאליע וועסעלניטסקאיא. דער יונגער טראמפ האט נישט קיין ראלע אין זיין פאטער'ס אדמיניסטראציע, מוז ער דעריבער נישט פארציילן איבער זיינע האנדלונגען.

די אינפארמאציע איז אבער ארויסגעקומען אין פאפירן וואס ער האט אריינגעגעבן כדי צו קענען באקומען א סעקיוריטי קלירענס. עס איז אויך ארויסגעקומען אין פאפירן וואס פאול מאנאפארט האט צוגעשטעלט פאר די אויספארשער וואס פרעגן אים אויס איבער טראמפ'ס קאמפיין פארבינדונגען מיט די רוסן.

בילד: טראמפ'ס זון האט געהאנדלט מיט רוסן איבער נעגאטיווע אינפארמאציע אויף קלינטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל