8 ידיעות איבער מענטל העלט דיסארדערס


בילד



  1. ענקזייעטי פילט נישט די זעלבע ביי יעדן. בלויז ווייל דו האסט אמאל געהאט ענקזייעטי, אדער דו ליידסט נאכאלץ דערפון טוט דאס נישט באדייטן אז דו שפירסט גענוי ווי אן אנדערע מענטש וואס האט ענקזייעטי, דעריבער, מאך קיינמאל נישט אוועק איינער וואס דערציילט דיר אז ער שפירט אנגעצויגנקייט, ווייל עס קען גאר זיין אז ער שפירט אינגאנצען עפעס אנדערש ווי דו מיינסט.
  2. OCD איז נישט נאר ווען איינער וואשט זיך די הענט טויזענט מאל. עס איז פאראן צווישן מענטשן א טעות אז די קראנקהייט פון OCD זעט מען בעיקר ביים זיך וואשן די הענט. מאנכע ברענגן אפילו א ראיה אז עס קען נישט זיין אז דער און יענער אדער גאר ער אליין, ליידט פון OCD ווייל מען זעט נישט קיין שום אנגעצויגענקייטן ביים אים ווען ער וואשט זיך די הענט.
    דער אמת איז אז OCD קען אויסקלאפן אין פארשידענע ערטער אין לעבן בשעת ווען אין אנדערע זאכן איז דער מענטש געזונט, און האט נישט קיין שום פראבלעם אדער שוועריקייט. וואס עס איז יא וויכטיג צו וויסן איז אז געווענליך וועלן OCD ליידענדע האבן עטליכע פלעצער אין זייער לעבן ווי זיי וועלן זיך מוטשענען מיט זייערע ספיקות און אבסעסיעס, אבער עס איז נישט דא קיין שום קאנקרעט ליסטע וואס צייכענט אן וועלכע זאכן עס וועלן געכאפט ווערן פון די OCD .
  3. זעלבסט שעדיגנונג איז נישט קיין בקשה פאר אויפמערקזאמקייט. עס איז א ווייטאג אז מענטשן פארשטייען נישט די פענאמען פון 'זעלבסט שעדיגונג'. עס איז ליידער זייער גרינג עס אוועקצומאכן אז דער מענטש וועלכע טוט דאס דארף בלויז אויפמערקזאמקייט, און מען דארף אים איגנארירן און אים נישט נעמען אזוי ערענסט. עס איז ליידער זייער ווייט דערפון. חלילה, אויב מען קוקט אוועק דערפון און מען נעמט עס נישט גענוג ערענסט דאן האט דאס זייער שווערע נאכפאלגן ה''י.
  4. א מענטש קען אנגיין אין זיין פלאג פאר יארן לאנג. עס מאכט זיך אסאך מאל וואס מען הערט פון מענטשן וואס געפינען אויס אז איינע פון זייערע נאנטע משפחה מיטגלידער ליידט פון עמאציאנלע שוועריקייטן, ווי זיי דרוקן אויס גרויס וואונדער: "ווי קען זיין אז ער האט מיך קיינמאל נישט געזאגט, אזויפיל יארן זענען מיר שוין צוזאמען און איך האב נישט געוואוסט דערפון.."
    די מציאות איז, אז מענטשן קענען אנגיין לאנגע יארן מיט זייערע מוטשעניש אהן קיין בריה אויף די וועלט זאל וויסן דערפון. דעריבער איז וויכטיג צו וויסן, אז מען זאל נישט נעמען פאר לייכט סיי וועלכע רמז אז דער מענטש גייט אדורך שוועריקייטן אין זיין לעבן, ווייל עס קען זיין אז דער מענטש ווייזט דאס ארויס אביסל ווייל ער וויל זען צו איינער וועט זיך אינטערעסירן אין זיין מצב, און אויב וועט מען אים אוועקשטופן אדער נישט לייגן געוויכט וועט ער זיך צוריק פארשפארן אין זיין טרויעריגע וועלט און ער וועט זיך נישט עפענען אזוי שנעל נאכאמאל, ווען אינדערצייט, ווערן זיינע שוועריקייטן שטערקער און מער פיינפול.
  5. מענטל העלט קראנקהייטן זענען עכט צי איר זעהט עס אדער נישט. ווען א מענטש פאלט אראפ און צוקלאפט זיך, איז זייער קלאר און קענטבאר וואו די וואונד איז, עס איז זעהבאר און מען קען אים פארשטיין און העלפן, און אויך מיטהאלטן ווי זאכן גייען צום בעסערונג, אדער חלילה פארקערט. דאס איז אלעס ווען מען האנדעלט פון פיזישע וואונדען. אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו גייסטישע, און עמאציאנאלע וואונדען; זיי, קען מען נישט אזוי קלאר זען. פון אינדרויסן קוקט אויס דער מענטש ווי א גאנצע, געזונטע מענטש, אבער אינעווענדיג איז ער צובראכן ווי א שארבן. זיין גייסט איז אנידערגעשלאגן און זיין מוט איז צוקלאפט. ער דארף זיך פיל מער ספראווענען זיך צו האלטן און נישט אויפגעבן ווי ביי פיזישע וואונדען, ווייל דארט איז צומאל גרינגער צו באקומען שטיצע פון מענטשן. אבער דער אמת איז אז עס איז גענוי אזוי עכט ווי פיזישע ווייטאגן, עס געשעט פאקטיש אינעם מענטש און עס טוט עכט וויי! קיינער 'רעדט זיך נישט איין' אז עס איז טוט אים וויי גייסטיש.
  6. אסאך מענטשן זוכן נעבעך נישט קיין הילף צוליב פחד פון די סטיגמע. וויפל מען זאל נאר רעדן דערפון איז עס נישט גענוג. דער פאלשקייט און ליגענט וואס די סטיגמע אנטקעגן מענטל העלט פראבלעמען האט פראדאצירט האט שוין ליידער אפגעקאסט אסאך אסאך פאר די מענטשהייט. מיר דארפן שוין איינמאל פאר אלעמאל אויפברעכן די מויערן וואס די סטיגמע האט אויפגעבויעט און איינזען אז נארמאלע מענטשן ליידן פון פארשידענע עמאציאנאלע שוועריקייטן. וויפיל נאך איז דער שיעור? וויפיל קינדער, בחורים, מיידלעך, יונגעלייט, עלטערע מענטשן, דארפן נאך אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם און ווערן צוריק געהאלטן פון לעבן א גוט לעבן אלץ בלויז צוליב די סטיגמע? וויפיל נאך שלום בית'ער דארפן חרוב גיין ל''ע צוליב די סטיגמע? האבן מיר נאכנישט געהאט גענוג? עס איז געקומען די צייט אראפצואווארפן פון זיך די לאסט וואס די סטיגמע האט אנגעמאכט און אנהויבן גיין אויף הילף זיך צו העלפן און זיין צופרידענע מענטשן, עס איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן זיך צוצוהערן צום עגאאיסטישן 'זיך' וועלכע קימערט אויף די פאלשקייטן ווי - וואס וועט דער אדער יענער זאגן, און זיך פארבינדען מיטן אמת'ן זיך, דער זיך וואס וויל זיין געזונט און וויל אז זיין פאמיליע זאל זיין געזונט.
  7. נישטא קיין מענטש וואס איז אויסגעשלאסן פון אנטוויקלען א מענטל העלט דיסארדער. מענטשן וועלכע ליידן פון עמאציאנאלע שוועריקייטן זענען נישט אן אנדערע אפטיילונג פון די מענטשהייט. זיי געהערן נישט צו א געוויסע קרייז, און זיי זענען נישט אנגעהאנגען בלויז אין איין קהילה. זיי וואוינען נישט נאר אין איין פלאץ, און זיי זענען נישט נאר א טייל פון איין געוויסע קולטור.
    יעדע מענטש, האט די מעגליכקייט צו אנטוויקלען א מענטל העלט דיסארדער. אהן אויסנאם. נישטא קיין מענטש וואס קען זאגן אז צו אים וועט דאס נישט געשען. כלפי מה דברים אמורים, עס מאכט זיך אמאל אז מענטשן טראכטן ביי זיך 'נע, צו מיר וועט דאס קיינמאל נישט פאסירן', און דאס ברענגט צו אים א געוויסע געפיל אז דער וואס ליידט דערפון איז 'עפעס' אן אנדערע סארט מענטש. אזוי אויך אמאל אז מען דיאגניזירט א נאענטען מיט דעפרעסיע אדער סיי וועלכע מענטל העלט מחלה זאל מען וויסן אז עס באדייט נישט גארנישט אויף די מענטש אדער אויף די משפחה בכלליות, ווייל עס קען זיך מאכן ביי יעדן מענטש אויף די וועלט, און ביי יעדע משפחה אויף די וועלט.
    8. נישט ווארטן אפילו נאך א טאג צו גיין צו הילף. ווען מען טרעפט זיך אין א מצב ווי מען טראכט אויף זיך אליין אדער אויף א געוויסע פאמיליע מיטגליד, אז מען דארף גיין צו הילף, איז נישט אומנארמאל צו אריינגיין אין א פארלוירעניש, און אין א שטיקל פאניק; וואו גייט מען, צו וועמען גייט מען, ווילאנג גייט עס געדויערן, אא"וו. עס איז נישט גרינג צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין און מודה זיין ביי זיך אז כלו כל הקיצין און מען ברויך הילף. אויבנאויף נעמט דאס אוועק פונעם מענטש זיין גלויבונג אז ער קען זיך אן עצה געבן אליינס מיט אלע זיינע פראבלעמען, עס גנב'ט אביסל קאנטראל פונעם מענטש. איינע פון די זאכן וואס מענטשן טוען אפט איז אז מען שטופט עס אפ. קען זיין אז מען מיינט אז אפשר וועט דאס אוועקגיין פון זיך אליין, אדער איז עס סתם א שוועריקייט פון זיך צוזאמנעמען און טון צו די זאך, עכ"פ דארף מען וויסן אז עמאציאנאלע שווערקייטן גייען נישט אליינס אוועק! פארקערט גאר, עס ווערט בדרך כלל ערגער וואס א טאג עס גייט פארביי. דעריבער זאל מען זיך אריענטירן און שוין גיין פאר הילף, נישט ווארטן מער קיין איין מינוט. זייט געזונט!

ווי איז דאס געשעהן?

אלע לעבעלס

א בליק א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אבדולא יאמין אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא אהרן בנציון ווידער או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אודע לאנדבאוער אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אומאר על-ראזאז אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אושען אינפיניטי אזיע אזערבידזשאן אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג אידישע הויפן איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייווארי קאוסט אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אילעין טשאו אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערעסאנט אינטערפאל אינסטעגראם אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אכסאן איקבאל אל-על אלאבאמא אלאסקע אלאסקע עירליינס אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלבערטא פודשימארי אלדזשיריע אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלי לארידזשאני אליבאבא אלידזשיענט עיר אליווער נארט אלכסנדר אקאסטא אלען דערשאוויץ אלעקס אזאר אלעקס דזשאונס אלעקס וואן דער זעוואן אלעקסאנדער דאונער אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטי-טראסט אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסאסיעטעד פרעס אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפעק אפקויפן און פאראייניגונג אפרים הערשקאוויטש אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אר.סי.סי.עס. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארטיפישעל אינטעלידזשענס ארי ווייזער אריזאנע אריטריע ארכעאלאגייע ארמעניע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסטאן גלאוב באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא בארבארא אנדערוואוד באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בזק בי-1-בי בי-ענד-עידזש בי.בי.סי. בי.עם.דאבעליו בי.פי. ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל לארקין ביל קלינטאן ביל קעסידי בילדער בינגאו בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעל התניא בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בעסט ביי בערל לאזאר בערני סענדערס בערקשייער בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען קעמפ ברייען ראסס ברייען שאטז ברית מילה ברסלב ברעד לענדער ברעד פארסקעיל ברעט קעווענאו ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס גייקא גמליאל כ"ץ געזונט געזעץ געזעץ ענפארסמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרינע פארטיי גרעב גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניק ראפּיני דאמיניקען רעפובליק דאן מעקגעהן דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד בירנבוים דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאול דזשיאמברא דזשאוסעף פערקאוקאו דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טאורי דזשאן טעילאר דזשאן טעסטער דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן פאדעסטא דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנאטאן פאלארד דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשאסטין טרודא דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש לעטימאר דזשארדזש סאראס דזשארדזש עידזש.דאבעליו. בוש דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשומאן וויליאמס דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים אקאסטא דזשים בריידענסטין דזשים דזשארדען דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשינע העספעל דזשעב הענסערלינג דזשעט עירוועיס דזשעט-בלו דזשעי אינסלי דזשעי סעקולא דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אינהאף דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשעיקאב זומא דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעפרי בערמאן דזשעקי ספּייער דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די וואך די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעביטיס דייעט דייען פיינסטיין דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען העללער דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דיק דורבין דירות דירעגולאציע דניאל העקסטער דעב פישער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד איגעי דעוויד דיוק דעוויד יאנסי דעוויד שאלקין דעווין נונעז דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעלטשי ראדריגעז דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דעמיטריאס פאגורטסיז דען דאנאווען דען קאוטס דעניעל אורטעגא דעניעל נייגרא דענמארק דער בלאט דער בליץ דער וועקער דער יוד דער שטערן דעראל אייסא דר. רפאל דראגס דראון דרום אפריקע דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשאן פרילי דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט דשערי-מענדערינג האוואאי האוזינג האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האוערד שולץ האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האני מאליקי האניוועל האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין לעין האריקעין מאריא האריקעין סענדי האריקעין פלארענס הארמוז הדס גאלדפארב הואן קארלאס ווארעלא הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערטז הערי ווילסאן העשי טישלער השגחה פרטיות וואו עיר וואודי דזשאנסאן וואולקאן וואטסעפפ וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלוטע וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואנג איע וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין ווארען באפעט וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידא ווידעא וויזא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקטאר אורבאן וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועיז וועימא וועלט האנדלס ארגאניזאציע וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זי.טי.אי. זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זעליאז אנדריוו זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חיים דייטש חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאזשיקסטאן טאיאטע טאליבאן טאם גערעט טאם וואולף טאם טיליס טאם מארינאו טאם סטייער טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאם שענאן טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארא קאונאו טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טורקמעניסטאן טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים דרעיפער טים מורפי טים רייען טינא סמיט טעאדאר אלסאן טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ פאנדעישאן טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעי גאודי טרעיאן ווייט טרעפיק באריכט טשאד טשאי אינגווען טשאק גרעסלי טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשילע טשעטשניע טשעכיי יאהו יאווערי מוסאוויני יאן סטאלטענבערג יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יהודה גרין יו-טוב יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.עס.עם.סי.עי. יו.עף.או. יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יואל זילבער יוטא יולעט פעקערד יום העצמאות יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסאף טשאהאד יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעדאניס ראדריגאז יעוועטע קלארק יעקב ליצמאן יעקב משה גאנץ יצחק אולמאן ירדן ירושלים ירושלים אנערקענונג ישי שאלאמאן ישראל בער שטיין ישראל היום ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאאס לאורע אינגרעם לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לואיס סעפולוועדא לואיס פאראקאן לואיס פערדינאנד דעסטאושעס לוטער סטרענדזש לוי מאיער לוי סענדערס לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליו בארלעטא ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם לינק'ד-אין ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט לערי קאדלאו מאד-סליידס מאדנע מאהאטיר מוכאמעד מאונט סיני העלט סיסטעם מאטעאס מאראוויטסקי מאיר בן-שבת מאיר לאבין מאכמוד אכמעדינעזשאד מאלאזיע מאלדיוואס מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאמענט מאגאזין מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאניועל לאופעז אובראדור מאניס שעהר מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקסין וואטערס מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארגען סטענלי מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארק ווארנער מארק זאקערבערג מארק לעווין מארק מעדאוס מארק קארעלא מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד זשאוואד זאריף מוכאמעד מורסי מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסד אמרי שפר מוסלעמענער מוסר מוקטאדא על-סאדר מורסא מזל טוב מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל האראוויץ מייקל כהן מייקל סאסמאן מייקל פלין מייקראניזיע מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מישעל באומען מנשה ישראל רייזמאַן מעדיקעיד מעדעצין מעוולאט קאוואסוגלא מעט בעווין מעט גאועטז מעט-לייף מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעיסיס מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריסט מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה נחום קרויס משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאווארטיס נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניו מעקסיקא ניטא לאווי ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך נייעס בלעטלעך ניעל גורסאטש ניק עירס ניקאול מאליאטאקיס ניקאל פאשיניאן ניקאלעס מאדורע ניקאלעס סארקאזי ניקאלעס קרוז ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעפאל נעראנדרא מאודי נעשאנעל גארד נפתלי מאסטער נתן אייזיקסאן סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלווא קיער סאלוואדאר סאלוואדאר נאסראלא סאלמאנעלא סאמאליע סאמי אנאן סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוואזילאנד סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטאניסלאוו יעזשעוו סטארבאקס סטוארט לופטפעלד סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען סארענסען סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סטעפאניע מיינער סטרייק סי.איי.עי. סי.בי.עס. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עס.עקס. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סייפרוס סילוועסטער טורנער סינגאפאור סינגאפאור עירליינס סינטיע ניקסאן סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעווען עלעווען סעט ריטש סעלי יעיטס סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגיא מאטארעלא סערגעי גארקאוו סערגעי דעבקייעוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו סערזש סארזשיאן סעריל ראמאפוסא ספארטס ספייגעיט ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספעיס פארס ספערן ספרינט סקאט גערעט סקאט וואלקער סקאט מאריסאן סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקאנדאל סקווירא סקול באס סרי לאנקא עבאלע וויירוס עבי האנטסמאן עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד סנאודען עדווארד פילליפ עדווארד ראיס עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי-321-על-אר עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עימי קלאבוטשער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עיר קאנאדע עירבאס עירבאס 320 עירבאס 350 עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עמירעיטס עירליינס עממאנועל מאקראן עמעזאן עמעט פלאד עמערסאן מענאנגאגווא ען.או.עי.עי. ען.אר.עי. ען.בי.סי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.טי.עס.בי. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענדרויד ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עסקנות עף-15 עף-16 עף-35 עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.טי.עי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקוואדאר עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריטרעיע עריק אלריטש עריק גאנזאלעס עריק גארסעטי עריק האלדער עריק טראמפ עריק סוואלוועל עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאבלא קוזינסקי פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול נעהלען פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאוועזש פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארבס פארד פארדאן פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פארקינסאנס פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון דער יושב ראש פון דער מעלדונג פון דער קלאסיפיידס פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון להתחזק פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קול ברמה פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פון שערי מדע פורים פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פּיטער נעווארא פיטער סטראוק פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינחס גלויבער פינלאנד פלארידע פלו פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסח פסיכאלאגיע פעדעקס פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע פעדעריקא ווילסאן פעדעריקא מוהאריני פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעטריק ליטעל פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנטעיר עירליינס פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צענזור צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא קאוועיט קאורי בוקער קאורי דזשאנסאן קאורי לאוואנדאוסקי קאורי סטוארט קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליד אלי קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנאקא-פיליפס קאנאר לעמב קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטאנטין קילימניק קאנסטרוקציע קאנספיראציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטא ריקא קאסטקא קאקא קאלא קאר אטאקע קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קארסיקע קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קוויניפיאק קווינס קולטור קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קים יאנג טשאל קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיסטאון ווירוס קיעט שילער קירוב רחוקים קירסטען ניעלסאן קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעווין דע-ליאן קעווין מעקארטי קעטי ארינגטאן קעטי קראנינגער קעטלין וויין קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיטי האקול קעיטי ערינגטאן קעיפ ווארדע קעלי סעדלער קעליען קאנוועי קעמבאדיע קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי לופטפעלד קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס מורפי קריס קאומאו קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער קאונס קריסטאפער רעי קריסטין בלעסי פארד קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל קרעדיט סוויס ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראב פארטער ראבאט ראבערט ווילקי ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראבערט פיקא ראד בלאגאיעוויטש ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדיקאליזם ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראווי ראגביר ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראן ראקוועל האנסען ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רויעל דאטש-שעל רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד פעינטער ריטשארד קארדרעי ריטשארד קלארידא ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריעק מאשאר ריק געיטס ריק סעקאון ריק סקאט ריק פערי ריק קאטאן ריקאל ריקארדא מארטינעלי ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעגירונג שאטדאון רעי לאהוד רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאהיד קאהאן אבאסי שאול עלאוויטש שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטורעם אלבערטא שטייער שי דזשינפינג שילע דזשעקסאן לי שינזא אבעי שיעורים שיפפינג שיקאגא שלום בית שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שלמה יהודה רעכניץ שמואל בוטח שמחה דאסקאל שמחה פעלדער שמחות שעווראן שעלדאן סילווער שעלי מעיער שעלי סימאנדס שעלי קעפיטא שענדונגערס שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו שרעק און סטראשע תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב