וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט עלימינירט די סאמע העכסטע סייבער-זיכערהייט ראטגעבער פאזיציע, און דערמיט וועט ראב דזשויס, וועלכער האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע עטליכע וואכן צוריק, אפיציעל זיין דער סאמע לעצטער "סייבער סעקרעטאר" אין אמעריקע, אויסער אויב א צוקונפטיגע אדמיניסטראציע וועט צוריקברענגען די פאזיציע. טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, האט גלייך פון דער ערשטער מינוט נאכ'ן אריינקומען אין אמט קלארגעשטעלט, אז ער וויל נישט אז די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל זאל זיין פארנומען מיט סייבער-זיכערהייט געפארן, און דאס עלימינירן די פאזיציע – וועלכע איז געווען טייל פונעם קאונסיל – איז טייל פון באלטאן'ס פלאן. די עלימינירונג פון דער פאזיציע האט געברענגט אויפברויז ביי סייבער-זיכערהייט עקספערטן, וועלכע זאגן אז אמעריקע שטייט אויס ערנסטע נאציאנאלע זיכערהייט געפארן פון טעראריסטן און אנדערע לענדער, אויפ'ן סייבער פראנט, און ס'איז וויכטיג צו האבן עמיצן אין שפיץ פונעם קאמף דערקעגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל