וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן האבן אין די לעצטע וואכן פארשטארקערט זייערע אודיטס און אונטערזוכונגען אויף ארבעטס-געבער און ביזנעסער איבער'ן לאנד, צו באשטעטיגן אז זייערע ארבעטער זענען טאקע לעגאל אויטאריזירט צו ארבעטן און זיך צו געפינען אין אמעריקע. אונטער א 1986 געזעץ, מוז יעדע ביזנעס באשטעטיגן הונדערט פראצענט אז זייערע ארבעטער זענען אויטאריזירט לעגאל צו ארבעטן אין לאנד, און אויב נישט, קענען די ארבעטס-געבער אויסשטיין ערנסטע שטראפן און אפילו הארבע טורמע אורטיילן.

יעצט האט די טראמפ אדמיניסטראציע אנגעהויבן אגרעסיוו נוצן דאס געזעץ, און עס איז טאקע וויכטיג אז יעדער זאל זיין געווארנט דערין, דינא דמלכותא דינא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל