וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן, צו נוצן מיליטערישע באזעס אלס צענטערן וואו צו פלאצירן אימיגראנטן קינדער, אלס טייל פון דער אדמיניסטראציע'ס נייער פלאן אפצוטיילן קינדער פון עלטערן וועלכע ווערן געכאפט ביים זיך אריבערשמוגלען די גרעניץ אומלעגאל. פעדעראלע באאמטע פלאנירן צו באזוכן אין די קומענדיגע טעג ביי עטליכע אמעריקאנער באזעס, אין טעקסאס און אין ארקענסא, צו זען צי די באזעס האבן גרויסע געביידעס וואס קענען גענוצט ווערן אלס שעלטערס פאר די קינדער. ליבעראלן האבן אנגעהויבן פארפירן און ליארמען אז דאס מיינט אז מ'גייט לייגן די קינדער ווי גלייך אין מיליטערישן ארעסט, אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז אין יאר 2014 האט די אבאמא אדמיניסטראציע אויך גענוצט מיליטערישע באזעס, ווען עס איז געווען אן אומאויפהערליכער פלייץ פון צענטראל-אמעריקאנער אימיגראנטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל