וואשינגטאן – נעכטן איז פארגעקומען א ספעציעלע צערעמאניע אין וואשינגטאן די-סי, ביי וועלכע פרעזידענט טראמפ האט באעהרט אפיצירן איבער'ן לאנד, און באזונדער האט ארויסגעשטארט דאס וואס ער האט באעהרט און אויסגעלויבט א ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירקע, וועלכע איז קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן דורך אן אנטי-פאליציי פארשוין מיט א יאר צוריק. די רעדע איז פון אפיצירקע מיאסאטיס פאמיליא, וועלכע איז פארלאפענעם יולי געזעסן אין איר פאליציי פאטראל קאר, ווען דער פארשוין אלעקסאנדער באנדס איז צוגעקומען, אריינגעשטעקט זיין רעוואלווער דורכ'ן פענסטער, און קאלטבלוטיג געשאסן אפיציר פאמיליא, פון וועלכע זי איז אומגעקומען נישט לאנג נאכ'ן אפגעליפערט ווערן צום לאקאלן סענט בארבאנעס פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג. באנדס איז געשאסן געווארן צום טויט נישט לאנג נאך דער שיסעריי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל