קאליפארניע – נעכטן האט די קאווע-געשעפטן ריז "סטארבאקס" אפגעהאלטן איר ערווארטעטע "ראסע סענסיטיוויטעט" טרענירונג פאר טויזנטער פון אירע ארבעטער, אפשפארנדיג א פאר טויזנט לאקאלן פאר עטליכע שטונדן. די טרענירונג איז פארארדנט געווארן נאך אן אינצידענט מיט עטליכע וואכן צוריק, וואו סטארבאקס איינגעשטעלטע האבן אלארמירט די פאליציי צו פארטרייבן צוויי טונקל-הויטיגע, טראץ וואס די צוויי האבן גארנישט שלעכטס געטאן, נאר סתם געזעסן ביי א טישל. אלעס אינאיינעם האט סטארבאקס נעכטן אפגעשפארט 8 טויזנט געשעפטן, אנגעהויבן פון 2:30 נאכמיטאג ביז סוף טאג, פאר דער טרענירונג, און אקטיוויסטן האבן גערופן צו אנדערע גרויסע קארפארעישאנס, אויך צו געבן ענליכע טרענירונג פאר זייערע טויזנטער ארבעטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל