פילאדעלפיע – שווארצע אקטיוויסטן איבער'ן לאנד שטורעמען, נאכדעם וואס צוויי שווארצע קונדן זענען ארויסגעווארפן געווארן פון א "סטארבאקס" קאווע געשעפט, טראץ וואס זיי זענען נישט באגאנגען קיין שום פארברעך. דער אינצידענט האט פאסירט ווען א גרופע 3 יוגנטליכע זענען אריינגעקומען אין א סטארבאקס געשעפט אין פילאדעלפיע, און איינער פון די גרופע האט געוואלט עפעס באשטעלן, אינדערצייט וואס די צוויי אנדערע זענען סתם געשטאנען ביי דער זייט און געווארט דער פריינט זאל ענדיגן באשטעלן. עמיצער פון די איינגעשטעלטע האט אלארמירט די פאליציי איבער די צוויי שווארצע וועלכע האבן זיך סתם געדרייט אינעם געשעפט, און די אפיצירן האבן זיך זייער אגרעסיוו און ווילד אויפגעפירט צו די יוגנטליכע, זיי ארויסווארפנדיג פונעם געשעפט, טראץ וואס אנדערע קונדן האבן פרובירט צו ערקלערן פאר די אפיצירן וואס עס גייט פאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל