אינדיאנא – א מאסיווער צוריקרוף אויף איבער 200 מיליאן אייער איז פארארדענט געווארן, נאכדעם וואס מען האט געפונען שפורן פון אן ערנסטער סאלמאנעלא פארשפרייטונג. דער צוריקרוף איז וואלונטיריש אראנזשירט געווארן דורך די ״ראוס עיקער פארמס״ אין אינדיאנא, וועלכע דיסטריביוטירט אייער צו רעסטוראנטן און געשעפטן אין קאלאראדא, פלארידע, ניו דזשערסי, ניו יארק, נארט קאראליינע, פענסילוועניע, סאוט קאראליינע, ווירדזשיניע און וועסט ווירדזשיניע. דערווייל זענען 22 מענטשן שוין קראנק געווארן צוליב די אייער, און די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג, און באזונדער געווארנט דעם פובליק, דורך א טוויטער מעסעדזש פונעם עף-די-עי קאמישאנער סקאט גאטליעב, נישט צו עסן די אייער, נאר עס אוועקווארפן אדער צוריקברענגען אין געשעפט פאר קרעדיט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל