פילאדעלפיע – די קאווע געשעפטן-נעץ "סטארבאקס" האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט אפשפארן טויזנטער פון אירע געשעפטן פאר עטליכע שטונדן, צו געבן טרענירונג פאר אירע ארבעטער, וויאזוי זיך אומצוגיין מיט סענסיטיוויטעט ארום ראסע אישוס. די מעלדונג איז געקומען נאכדעם וואס עס האט זיך אנטוויקלט א נאציאנאלער סקאנדאל פון א געשיכטע וואס האט פאסירט אין א פילאדעלפיע סטארבאקס געשעפט, ווען די פאליציי זענען גערופן געווארן און 2 שווארצע קאסטומערס זענען ארויסגעווארפן געווארן בלויז ווייל זיי זענען געזעסן און גארנישט באשטעלט. סטארבאקס זאגט אז זי וועט אפשפארן 8 טויזנט פון אירע געשעפטן פאר נאכמיטאג אום מאי 29, און געבן די טרענירונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל