וואשינגטאן – די איי-אר-עס וועבסייט, וועלכע איז ספעציעל אהערגעשטעלט צו העלפן מענטשן פיילן זייערע שטייערן דורכ'ן אינטערנעט, האט נעכטן געליטן פון ערנסטע פראבלעמען, פארשווערנדיג פאר טויזנטער וועלכע האבן געוואלט אריינכאפן און אריינגעבן זייערע שטייער דאקומענטן באצייטנס נעכטן ביים דעדליין, און דעריבער האבן די פראבלעמען מיט'ן איי-אר-עס וועבסייט געשאפן גרויס קאפ-ווייטאג. דער איי-אר-עס קאמישאנער דעיוויד קאוטער האט פונקט אויפגעטרעטן ביי א פארהער אין קאנגרעס, וואו ער האט געזאגט אז די אגענטור ארבעט פלייסיג צו פאררעכטן די פראבלעמען – וועלכע האבן ספעציפיש באטראפן די וועלכע האבן געזוכט צו נוצן די אפציע פון באצאלן זייערע שטייערן דורכ'ן אינטערנעט מיט א טשעקינג אקאונט. למעשה האט טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין געמאלדן, אז מענטשן וואס האבן געהאט שוועריגקייטן צו פיילן נעכטן צוליב די וועבסייט פראבלעמען, וועלן באקומען א פארלענגערונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל