נאענט צו דרייסיג פראצענט תפיסה-פאליציאנטן וואס ניו יארק סיטי האט אויפגענומען זינט 16' פארמאגן אליין פארברעכערישע רעקארדס, ווייזט א באריכט וואס איז נארוואס פארעפנטליכט געווארן אין דער פרעסע.

דער שאקירנדער פאקט איז אויפגעדעקט געווארן דורכ'ן קאמיסיאנער פונעם שטאטישן 'אויספארשונגס דערפארטמענט', מארק פּיטערס, וועלכער האט דערביי אנגעוויזן אז דאס איז ווארשיינליך א חלק פון דער סיבה צו דער הויכער צאל געוואלדטאטן פון טורמע-וועכטערס קעגן ארעסטאנטן וואס פלאגן די שטאטישע תפיסות.

ווי פיטערס זאגן, איז פאראן א שיינער פראצענט פון די וועכטערס וועמענס רעקארד איז אזוי שלעכט, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט געטארט אויפגענומען ווערן אויף אזעלכע פאזיציעס, און אפילו די מיט מילדערע פארברעכן-רעקארדס, וואלטן לכל הפחות געדארפט האבן א שטרענגע איבערזיכט העכער זיך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל