אין אנבליק פון מעיאר דעבלאזיא'ס פלאן אפצושפארן דעם רייקערס איילאנד טורמע-קאמפלעקס, האט מאנהעטן-קאנסילמאן ראפאעל סאלאמאנקא אפגעהאלטן א ראלי נעבן דער אזויגערופענער 'שווימענדיגער תפיסה', וואס געפינט זיך אינמיטן דעם איסט ריווער, פארלאנגענדיג אפצושפארן אויך יענעם פלאץ.

דער 'ווערנאן סי בעין סענטער', וואס ווערט געניצט צו האלטן ארעסטאנטן אויפ'ן וועג צו טורמע, איז געגרינדעט געווארן אין 92', אלס א צייטווייליגע טורמע וויבאלד רייקערס איילאנד איז געווען איבערגעפילט.

אקטיוויסטן דערציילן וועגן גאר שווערע אומשטענדן אונטער וועלכע די זעקס-הונדערט מענטשן ווערן דארט געהאלטן, מיט געוועזענע ארעסטאנטן וועלכע באצייכענען דאס פלאץ ווי א "שקלאפן שיף".

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל