דער פעדעראלער לעיבאר דעפארטמענט האט היינט פארעפנטליכט זיין מאנאטליכן באריכט איבער די דזשאבס מארקעט פאר אפריל.

דער באריכט צייגט, אז ארבייטסלאזיגקייט אין אמעריקע שטייט ביי בלויז %3.9, וואס צייכנט אפ דאס ערשטע ערשטע מאל זינט יאר 2000 וואס דער ציפער איז אונטער 4 פראצענט.

עס איז אנגעוויזן געווארן אז דאס לעצטע מאל וואס די ארבייטלאזיגקייט ראטע איז געשטאנען אונטער 4 פראצענט פאר א לענגערע צייט איז געווען אין די 1960ער יארן.

די עקאנאמיע האט צוגעלייגט 164,000 דזשאבס דעם פארלאפענעם חודש, און אזוי אויך איז איבערגעמאכט געווארן די שאצונגען פון די צוויי פריערדיגע מאנאטן און עס שטעלט זיך ארויס אז עס זענען צוגעקומען 30,000 מער דזשאבס ווי פריער געשאצט.

און אזוי אויך איז די דורכשניט פון די געהאלטן געשטיגן מיט 4 פראצענט. און די דורכשניט פון די העכערונג אין געהאלטן פאר די פארלאפענע יאר איז 2.6%, וואס איז מער ווייניגער אין פארגלייך צו די אינפלאציע ראטע.

דאס צייכנט אפ 91 מאנאטן נאכאנאנד וואס די אמעריקאנער עקאנאמיע לייגט צו דזשאבס נאך די מאסיווע קראך פון 2008.

עקאנאמיסטן צייגן אן אז אויב רעכנט מען אריין אויך אזעלכע וועלכע האבן אויפגעגעבן אויף טרעפן א דזשאב אדער זוכן נישט קיין ארבייט, שטייט די ראטע ביי 7.8% וואס איז אייגנטליך די העכסטע זינט 2001.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל