ריאד, סאודי אראביע. – דער אויסערן מיניסטער פון באכרעין האט נעכטן גערעדט צו די פרעסע זאגנדיג אז מען האלט שוין א יאר נאכ'ן קאטאר קריזיס, און ביזדערווייל זעט מען נישט קיין צייכן אויפ'ן האריזאנט אז עס וועט געשליכטעט ווערן. א יאר צוריק האבן פיר אראבישע לענדער, נעמליך: סאודי אראביע, עגיפטן, קאטאר און יונייטעד ערעב עמירעיטס, דראמאטיש אפגעהאקט מיט זייער שכן, באכרעין, און האבן ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף איר. אין אנהויב האט אויסגעקוקט אז באכרעין גייט אונטער, די 4 לענדער האבן ארויסגעשלעפט זייער געלט פון באכרעין און האבן אפגעהאקט אלע טראנספארטאציעס און רייזעס און פארבונדונגען מיט איר. באכרעין, וועלכע עקספארטירט מאסיוו פליסיגע נאטורליכע געז, האט זיך אויסגעלאכט און האט גענוצט איר רייכטום צו אונטערהאלטן אירע בענק, און האט זיך געשאפן פרישע פריינט און האנדל פארבינדעטע. אמעריקע און קאוועיט, וועלכע זענען גוט מיט ביידע צדדים, האבן פרובירט צו פארהאנדלען, אבער אן ערפאלג. סאודי אראביע און אירע פארבינדעטע האבן שוין לאנג ארויסגעלייגט א ליסטע פון 13 פונקטן מיט וואס באכרעין דארף זיך פארבעסערן, אריינגערעכענט דאס אפשפארן דעם על דזשאזירא נייעס סטאנציע און אפצוהאקן מיט איראן.
הוסף רשומת תגובה