אמסטערדאם – א פרישע באריכט צייגט, אז דיסקרימינאציע קעגן אידן אין האלאנד, האט זיך כמעט געטאפלט אין 2017, גרייכנדיג א הויכקייט וואס מ'האט שוין נישט געזען 5 יאר. פון אלע העסליכע אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין האלאנד פאראיאר, זענען 41 פראצענט דערפון געווען געצילט קעגן אידן, וואס דאס נעמט אריין סיי סתם ווערן נאכגעשריגן, און אויך ווערן איבערגעפאלן פיזיש, און וואנדאליזם אויף פראפערטיס. האלאנדישע אידן זאגן אז די ציפערן זענען זייער שרעקעדיג, אז זיי זענען געווען כמעט האלב דער ציהל פון אלע העסליכע אטאקעס, אינדערצייט וואס זיי זענען בלויז 0.2 פראצענט פון די גאנצע האלאנדישע באפעלקערונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל