וואשינגטאן – דער קאנגרעס אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע, האט באשטעטיגט א ביל מיט אומפארטייאישע שטיצע, וועלכע וועט צווינגען די טראמפ אדמיניסטראציע צו שטעלן א ספעציעלן מאניטאר פאר אנטיסעמיטיזם, און אויך אויסברייטערן די אפיס און פונקציעס פונעם מאניטאר. דער אפיס פונעם אנטיסעמיטיזם מאניטאר, איז שוין געגרינדעט געווארן אין יאר 2004, און אונטער בוש און אבאמא זענען אויפגענומען געווארן באאמטע דערפאר, אבער דערווייל האט טראמפ נאכנישט געשטעלט איינעם פאר די פאזיציע. סעקרעטערי אוו סטעיט פאמפעיא האט פרייטאג באגריסט קאנגרעס'ס שריט אויסצוברייטערן די פונקציעס פונעם מאניטאר, און האט פארשפראכן אז ער וועט אין די נאנטע טעג אויפנעמען איינעם פאר די פאזיציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל