וואשינגטאן - טראמפ׳ס לויער רודי דזשוליאני זאגט, אז ער האלט אז ער קען אינגאנצן אפשטעלן די מוללער אויספארשונג ביז געציילטע טעג. דזשוליאני זאגט אז דאס ווייסע הויז וועט פארלאנגען, צו הערן אלע דעטאלן וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט דערציילט פאר די גרופע סענאטארן און קאנגרעסלייט פאריגן דאנערשטאג. דזשוליאני זאגט אז ער גלייבט אז פון די אינפארמאציע, וועט ער קענען גרינג אויפווייזן אז די מוללער אויספארשונג איז נישט בארעכטיגט און מוז קומען צו א גלייכע ענדע. באזונדער זאגט דזשוליאני, אז בעפאר ער איז געווארן טראמפ׳ס לויער האט ער געגלייבט אז די מוללער אויספארשונג איז א וויכטיגע זאך, אבער יעצט זעהט ער אז ס׳איז בלויז פאליטיק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל