וואשינגטאן - דער דירעקטאר פון די פעדעראלע טורמעס ביורא, האט רעזיגנירט פון אמט. דער רעטייערטער גענעראל מארק אינטש איז פאראיאר געשטעלט געווארן צו די פאזיציע, דורך אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, וועלכער האט שטארק אויסגעלויבט אינטש׳ס מילעטערישע סערוויס. אבער אין די לעצטע חדשים, זענען באציאונגען געווארן אנגעצויגן מיט דירעקטאר אינטש, ווען סעשאנס און טראמפ׳ס ראטגעבער דזשעראד קושנער, האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף די טורמע רעפארם ביל. אינטש איז געווען אויפגעברויזט אז סעשאנס און קושנער האבן אים נישט אריינגעמישט אין די געשפרעכן ארום דעם רעפארם ביל, און אויך האט דאס ווייסע הויז געמאכט טורמע בודזשעט באשלוסן, אהן דעם וואס זיי זאלן פרעגן אינטש זיין מיינונג.
הוסף רשומת תגובה