טעקסאס – עלען ביען, אן אמעריקאנער אסטראנאט וועלכער האט געשפרייזט אויף די לבנה, ביי א מיסיע, אין 1969, ביים אפאלא 12 מיסיע, איז געשטארבן אין עלטער פון 87 יאר. ביען האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין נאסא אין די 1960'ער יארן, ער איז אין נאוועמבער 1969 געווארן דער פערטער מאן צו שפרייזן אויף די לבנה, אלס טייל פונעם אפאלא 12 מיסיע, קומענדיג בלויז 4 מאנאטן נאכ'ן היסטארישן אפאלא 11 מיסיע, אין וועלכע מענטשן האבן דאס ערשטע מאל באטראטן די לבנה. אינעם אפאלא 12 מיסיע, האבן די אסטראנאטן פארברענגט 31 שעה נעבן די לבנה, אריינגערעכענט 7 שעה קריכנדיג אויפ'ן לבנה זעלבסט.

ביען האט איבערראשט זיינע קאלעגן ווען ער האט זיך אין 1981 ארויסגעלאזט פון נאסא, און איז געווארן א מאלעווער, פעינטנדיג גאר אקוראטע בילדער וויאזוי דער ערד קוגל קוקט אויס פון ספעיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל