קאליפארניע – דער 64 יעריגער ראבערט קענעדי דזשוניאר, דער זון פונעם אמאליגן אטוירני דזשענערלא, ראבערט קענעדי, וועלכער איז דערשאסן געווארן דורך א פאליטישן אטענטאטירער אין לאס אנדזשעלעס 50 יאר צוריק, אין יוני, האט די וואך האסטיג דערקלערט פאר די פרעסע, אז נאכ'ן דורכקוקן די פאלמעסינג רעקארדס און נאך א שמועס מיט'ן פאראורטיילטן שיסער, סירהאן-סירהאן, וועלכער זיצט נאך אין טורמע זינט דאן, איז ער איבערגעצייגט אז נישט סירהאן-סירהאן האט אומגעברענגט זיין פאטער, נאר אן אנדערער. א ריכטער האט שוין גראדע דערקלערט אז אפילו אויב מען זאל אננעמען אז עס זענען אויך געווען אנדערע שיסער, און אז סירהאנ'ס קויל האט נישט אומגעברענגט קענעדי, פארדינט ער זיך נאך אלץ דעם זעלבן טורמע אורטייל פאר'ן זיין א טייל פונעם מארד.

קענעדי איז דערשאסן געווארן דורך סירהאן אינעם אמבאסאדאר האטעל אין לאס אנדזשעלעס ביים קאמפיינען פאר זיין ווידערערוויילונג. עס איז דאך געווען א שאק צו הערן אז קענעדי האט זיך געטראפן מיט'ן מערדער פון זיין פאטער, אין טורמע. קענעדי איז געשטופט געווארן דערצו דורך פאול שרעיד, א פריינט פון זיין פאטער, וועלכער איז אנוועזענד געווען ביים שיסעריי. וועלכער האט אים איבערגעצייגט אז קענעדי איז דערשאסן געווארן פון הונטן און אז סירהאן איז ביים שיסעריי געשטאנען פארענט פון קענעדי. ביים שיסעריי זענען 13 קוילן אויסגעשאסן געווארן, אבער בלויז 5 זענען צוגעבונדן געווארן צו סירהאן-סירהאן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל