כינע – צוויי אמעריקאנער קריגס שיפן זענען דעמאנסטראטיוו דורכגעפארן אין די 12 מייל נעבן עטליכע שטיינערנע אינזלען אינעם דרום כינע ים, וואס כינע באהויפטעט אז זיי זענען אירע טעריטאריעס. אמעריקע אנערקענט נישט כינע'ס באהויפטונגען, און טענה'ט אז דער דרום כינע ים, איז אן אפענער ארט, וואו אלערליי שיפן מעגן דורכרייזן אין איינקלאנג מיט די אינטערנאציאנאלע ים געזעצן. כינע טענה'ט אז דער דרום כינע ים איז אירס און אויך טאר מען נישט דורכפארן אין די 12 מייל נעבן די אינזלען. אמעריקע האט לעצטענס אויסגעדרוקט אויפברויז נאכדעם וואס כינע האט אראפגעשטעלט קאמפס עראפלאנען און מעגליך אויך אנטי-שיפן קרוז מיסילס אויף א ראנוועי און א באזע וואס זי האט אויסגעפלאסטערט אויף די גרעסטע פון די אינזלען. פילע לענדער האלטן אז די אינזלען זענען נישט כינע'ס נאר גאר זייערעס, אריינגערעכענט זענען וויעטנאם, ברוניי, מאלאזיע, די פיליפינען, און סינגאפור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל