סיריע. – אמעריקע האט געווארענט אז זי וועט נעמען אלע פאסיגע שריט צו פארמיידן סיריע פון זיך נעמען אטאקירן די אויפשטענדלערישע עלעמענטן וואס געפונען זיך אין דרום סיריע. דער ארט, איז אין דרום-מערב סיריע, וואס ביז יעצט איז דאס געווען אינערהאלב די די-עסקעלעישאן זאונע וואס סיריע רוסלאנד און אמעריקע האבן איינגעשטימט אז דארטן קומען נישט פאר קיין קאמפן. סיריע איז אייפערדיג, נאכדעם וואס זי האט באוויזן צו באזיגן די רעבעלן און זיי פארטרייבן פון זייערע באזעס ארום דמשק, דערפאר וויל זי פארטיגן די ארבעט און זיך נעמען אויף די דארטיגע רעבעלן. סיריע האט די וואך אראפגעווארפן ליפלעטן אויף די ערטער אין דרום-מערב סיריע, ווארענענדיג אז איר מיליטער קומט און אז די רעבעלן זאלן אראפלייגן דאס געווער און זיך אונטערגעבן.

אמעריקע האט געווארענט אז זי וועט טאן וואס זי קען צו באשיצן די דארטיגע באפעלקערונג און צו פארמיידן סיריע פון אטאקירן די דארטיגע רעבעלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל