פיאנגיענג - אין א ווייטערדיגע פאזיטיווע צייכן אז דער סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן וועט יא פארקומען, האט מען נעכטן געהערט אז א גרופע הויכראנגיקע אמעריקאנער רעגירונג באאמטע און דיפלאמאטן, האבן אפגעשטאט א באזוך אין צפון קארעא.

די אמעריקאנער דיפלאמאטן האבן זיך צוערשט געטראפן מיט צפון קארעא פארשטייער אינעם פונזשאמון שלום ווילעדזש ביים גרעניץ ראיאן צווישן צפון און דרום קארעא, און דערנאך זענען זיי אריין קיין צפון קארעא, פאר ווייטערדיגע געשפרעכן, און צוגרייטונגען צום מעגליכן סאמיט.

פרעזידענט טראמפ האט באגריסט די אנטוויקלונגען, מעלדנדיג אויף טוויטער אז די אמעריקאנער שלוחים געפונען זיך אין צפון קארעא. טראמפ האט געשריבן אז דאס איז א היסטארישע מאמענט, און אז צפון קארעא האט די פאטענציעל צו זיין א רייכע און גליקליכע לאנד, און אז קים יאנג אן ווייסט דאס אויך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל