תל אביב – ווידעראמאל האט אויפגעפלאקערט א פייער ביי די אראבער אין מיטל מזרח, אלס רעזולטאט פון אן אומ'אחריות'דיגע און ווילדע שריט פון א ציוניסטישע ארגאניזאציע. דער שטורעם איז אנטשטאנען ווען ס'איז פובליצירט געווארן א בילד וויאזוי דער אמעריקאנער אמבאסאדאר דעיוויד פרידמאן שטייט און שמייכלט פארנט מיט עטליכע אקטיוויסטן, האלטנדיג א בילד אין וועלכע מ'זעט ירושלים, און דער "על אקצא" מעטשעט אויפ'ן הר הבית איז אויסגעטוישט מיט א בית המקדש. די פאלעסטינער האבן דאס שטארק פארדאמט און אויסגעדרוקט אויפברויז, צווינגענדיג די סטעיט דעפארטמענט ארויסצוגעבן אן אנטשולדיגונג און קלארצושטעלן, אז אמעריקע'ס פאליסי איבער'ן הר הבית איז אז זי שטיצט די סטאטוס-קווא.
הוסף רשומת תגובה