בערלין – א 19 יעריגער סירישער פארשוין איז אנגעקלאגט געווארן, איבער אן אטאקע וואס ער האט דורכגעפירט מיט עטליכע וואכן צוריק אויף עמיצן וואס איז געגאנגען אין גאס מיט א יארמולקע. בערלינער פראקורארן זאגן אז דער פארשוין, וועלכער איז אידענטיפיצירט געווארן בלויז אלס קנאהאן על, איז געקלאגט געווארן מיט פיזיש איבערפאלן און מיט טשעפעריי, ווען ער איז איבערגעפאלן יענעם מיט'ן יארמולקע און געשריגן "יאהודי", וואס באדייט "איד" אויף אראביש, און יענעם געשלאגן מיט א לעדערנעם פאסיק מערדערליך. דער איבערגעפאלענער האט שפעטער געזאגט אז ער איז ניטאמאל קיין איד, נאר אן איזראעלישער אראבער, וועלכער האט געוואלט זען די רעאליטעט פון אנטיסעמיטיזם אין בערלין, און איז דעריבער ארויס מיט א יארמולקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל