וואשינגטאן – א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, אין שפיץ פון קאנגרעסמאן לי זעלדין פון ניו יארק, האבן נעכטן פובליצירט א קאנגרעסיאנאלע רעזאלוציע פארשלאג, צו פארלאנגען אז די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט זאל אויפנעמען א פרישן "ספעציעלן פראקוראר" אויסצופארשן די עף-בי-איי אויספארשונגען אויפ'ן טראמפ קאמפיין און אויף פרוי קלינטאן אין יאר 2016. אין אנדערע נייעס האט מען געהערט אז דאנערשטאג וועט פארקומען א ספעציעלע זיצונג, צווישן רעפובליקאנער קאנגרעסלייט און באאמטע פון די עף-בי-איי און אנדערע שפיאנאזש אגענטורן, וואו מ'וועט צייגן פאר די קאנגרעסלייט אלע דאקומענטן ארום דער באשולדיגונג אז די עף-בי-איי האט איינגעפלאנצט א שפיאן אינעם טראמפ קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל