וואשינגטאן — נעכטן האט מען געהערט אז עס פארמירט זיך א גרופע רעפובליקאנער אין קאנגרעס, וועלכע ווילן צווינגען דעם אמטירנדן ספיקער פאול רייען אפצוטרעטן פון זיין אמט. רייען האט שוין געמאלדן א פאר חדשים צוריק אז ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס ביי דער ענדע פון זיין טערמין קומענדיגן יאנואר, אבער וועט פארבלייבן אלס ספיקער ביז דעמאלט. מ'האט דאן געהערט שוין פון עטליכע רעפובליקאנער וואס האבן געזאגט אז רייען זאל זאפארט אפטרעטן פון זיין ספיקער פאזיציע, אפילו איידער ער רעטייערט, אבער די אנדערע קאנגרעס פירער האבן געשטיצט רייען צו פארבלייבן. יעצט האבן די רעפובליקאנער אין קאנגרעס געליטן א דורכפאל, מיט'ן נישט קענען דורכפירן א וויכטיגן "פארם סובסידיעס" ביל, וואס האט באנייט אויפברויז קעגן רייען'ס פירערשאפט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל