באגדאד – הויכראנגיקע באאמטע אין דער אמעריקאנער רעגירונג האבן נעכטן געזאגט, אז אמעריקע האט זיך שוין פארבינדן מיט מיטגלידער פון דער פאליטישער קאאליציע פון מוקטאדא על-סאדר, וועלכע האבן געוואונען א מערהייט פון די פארלאמענט זיצן ביי די וואלן פאריגע וואך. על-סאדר'ס געווינס שטעלט אמעריקע אין א מאדנער און שווערער פאזיציע, וויבאלד ער איז א פייערדיגער אנטי-אמעריקאנער פיגור, האבנדיג געפירט באוואפנטע באנדעס וועלכע האבן דורכגעפירט אטאקעס קעגן אמעריקאנער זעלנער אין איראק, אבער אין דער זעלבער צייט וויל אמעריקע ארבעטן מיט אים, ווייל ער האט זיך לעצטנס ארויסגעשטעלט אלס אנטי-איראן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל