די פארט אויטאריטעט און די פירערשאפט פון די דשעי.עף.קעי. לופטפעלד האבן געמאלדן אז זיי האבן אריינגעשטעלט אין קראפט מאסיווע רעפארמען, וועלכע וועלן טוישן די וועג וויאזוי די לופטפעלד רעאגירט צו עקסטרעמע וועטערס און שטורעמס.

דאס קומט נאכדעם וואס דעם פארלאפענעם יאנואר איז די לופטפעלד גענצליך אונטערגעבראכן אין לויף פון די מאסיווע שניי שטורעם, און עס האט געהערשט א כאאטישע צושטאנד אינעם לופטפעלד מיט צענדליגער טויזנטער געשטראנדעטע און הונדערטער פארלוירענע באגאזשן.

אונטער די נייע פלאן, קען די לופטפעלד פאררופן אן עמערדזשענסי צושטאנד אונטער וועלכע פליגערס דארפן באקומען א ספעציעלע ערלויבעניש צו לאנדן, און אזוי אויך דארפן אלע שטאב מיטגלידער פון אלע אגענטורן און לופטליניעס קאארדינירן אינאיינעם און העלפן איינער דעם צווייטן צו ברענגען דעם צושטאנד אונטער קאנטראל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל