גאווערנער קאומא האט אנאנסירט א מאסיווע פארברייטערונג אינעם פראיעקט פון איבערפלאסטערן פארעלטערטע שאסייען וועלכע פארמאגן לעכער און שטעלן אין געפאר די רייזנדע, און צוגעלייגט דערפאר נאך 100 מיליאן דאלער יערליך.

דער גאווערנער זאגט אז די געלט וועט גענוצט ווערן אין 84 פראיעקטן אין וועלכע די שטאט טוט איבערפלאסטערן שאסייען. אלעס אינאיינעם קומט עס אויס צו איבער 1000 מייל לאנג פון שאסייען וועלכע ווערן גענצליך איבערגעפלאסטערט.

דער פראגראם פארמאגט שוין 300 מיליאן דאלער אין די קאסע, און אצינד ווען עס הייבט זיך אן זומער וועט די ארבייט אריינגיין אין פולן שוואונג. די ארבייט רעכנט אויך אריין רענאוואציעס פון שאסייען וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פון די שווערע ווינטער שטורעמס דאס יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל