די 'ניו יארק טיימס' האט נעכטן פארעפנליכט א באריכט פון 39 פראגעס וועלכע דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מולער גרייט זיך צו פרעגן פרעזידענט טראמפ ווען יענער וועט זיין גרייט זיך צו אראפזעצען פאר א פארהער מיט׳ן אויספארשער.

פרעזידענט טראמפ האט היינט אויסגעדריקט אויפברויז אויף טוויטער דערוועגן שרייבנדיג אז עס איז א שאנדע אז דאס איז ארויסגערינען צו די פרעסע, און צוגעגלייגט אז די גאנצע אויספארשונג איז א ״מכשפות געיעג״ און איז באזירט אויף ליגנטס.

רוב פראגעס זענען ארום געוועזענער נאצינאנאלער זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, וואס דער פרעזידענט האט געוואוסט איבער זיינע רוסישע פארבינדונגען און איבער'ן אפזאגן דזשעימס קאומי, און אויב עס איז פארבינדן צו דער אויספארשונג.

ווי עס שיינט איז די ליסטע פון פראגעס אייגנטליך אנגעקומען צו די פרעסע נאכדעם וואס מולער האט עס איבערגעגעבן פאר די לעגאלע שטאב פון טראמפ, און האט דערמיט געוואלט איבערצייגן דעם פרעזידענט צו אפהאלטן א שמועס מיט׳ן פרעזידענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל