אינעם וואלקן רויך און געשרייען וואס קומען פון די ראיאטן וואס כאמאס ארגאניזירט אין די לעצטע וואכן ביי דער גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל, איז כמעט פארשטיקט געווארן אן אנדער קול, פון עזה-אראבערס וואס ווילן אראפווארפן פון זיך דעם כאמאס-יאך און שלום מאכן מיט מדינת ישראל.

די דאזיגע כמו-הינטערגרונט גרופע, וואס פארמאגט הונדערטער מיטגלידערס, האבן דורכאויס די יעצטיגע כאמאס-פראוואקאציעס אנגעהויבן שיקן איבער דער גרעניץ טויבן, וואס ווערט געזען ווי א סימבאל פון שלום, קיין מדינת ישראל, מיט פארשידענע פאזיטיווע אויפשריפטן ווי "מיר ווילן שלום," "מיר ווילן פרייהייט און דעמאקראטיע," און ענליכס.

ווי עטליכע מיטגלידערס פון דער גרופע זאגן, איז פאראן א באדייטנדע צאל פון עזה-אראבערס וואס טראכטן שטיל דאס זעלבע וואס יענע זאגן הויך, נעמליך, אז דער שורש פון די פראבלעמען וואס פלאגן עזה ליגט ביי כאמאס, און צום טייל אויך ביי דער פאלעסטינער פירערשאפט, און אלעס וואס פעלט זיך אויס איז א דעמאקראטיש-דערוויילטע פירערשאפט -- אין עזה ווי צווישן די פאלעסטינער.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל