אוי איז דאס געווען א וואך... עס איז געווען - ווי דער ווערטעל לויטעט - אז ווען עס רעגענט גיסט...

די רעפובליקאנער האבן קוים געקענט פארדייען איין נצחון, און א צווייטער און גרעסערע איז אונטערגעקומען. עס איז געווען ניצחון רודפת ניצחון. און מיר זענען דא אין א געוואלדיגע דיאלעמא. ווען עס איז פארהאן שרייב סחורה פאר כאטשיג זעקס וואכן... איך ווייס נישט פון ווי אנצוהייבן און פון ווי אויסצולאזן... זאל איך רעדן פון דער 'אש און פארעך' וואס ער האט געמאכט פון אייראפע מיט די איראנער מיטן ארויסטרעטן פונעם איראן דיעל, אדער זאל איך רעדן פון זיין זיסען נצחון אויף זיין דם שונא ניו יארק סטעיט אטערני דזשענעראל עריק שניידערמאן. און ווער רעדט נאך פונעם צווואנציגסטן יאר הונדערט וועלט'ס וואונדער, דער שלום אויף דער קארעא האלב אינזל, און די נאכפאלגענדע דירעקטע געשפרעכן צווישן 'קים יאנג אן' מיטן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ. והעולה על כלנו, דער געלונגענער וויזיט פון מייק פאמפעיאו, אויף וועמען די דעמאקראטן האבן געזאגט אז ער איז נישט פעאיג צו זיין סעקרעטערי אוו סטעיט. און דער דאזיגער שלימזל קערט זיך צוריק פון א העכסט געלונגענע וויזיט אין נארט קארעא מיט די באגלייטונג פון דריי לאנג יעריגע אמעריקאנע משכונות, און עס זאל אוודאי נישט שאטן קיין עין הרע, האט ער די וואך באקומען די שטערקסטע ציפערן אויפן עקאנאמיע וואס א אמעריקאנע פרעזידענט האט נאר געזען זינט פרעזידענט עף.די.אר.! גענוג? צו איר דארפט נאך?....

בילד



אוי איז דאס געווען א וואך...., עס איז געווען ווי דער ווערטעל לויטעט אז ווען עס רעגענט גיסט..., די רעפובליקאנער האבן קוים געקענט פארדייען איין ניצחון, און א צווייטער און מער גרעסערע איז אונטער געקומען, עס איז געווען ניצחון רודפת ניצחון.., און מיר זענען דא אין א געוואלדיגע דילעמא, ווען עס איז דא שרייב סחורה פאר כאטשיג זעקס וואכן..., איך ווייס נישט פון ווי אנצוהייבן און פון ווי אויסצולאזן.., זאל איך רעדן פון דער 'אש און פארעך' וואס ער האט געמאכט פון אייראפע מיט די איראנער מיטן ארויסטרעטן פונעם איראן דיל, אדער זאל איך רעדן פון זיין זיסן ניצחון אויף זיין דם שונא ניו יארק סטעיט אטערני דזשענעראל עריק שניידערמאן, און ווער רעדט נאך פונעם צווואנציגסטן יאר הונדערט וועלט'ס וואונדער..,

דער שלום אויף דער קארעא האלב אונזעל, און די נאכפאלגענדע דירעקטע געשפרעכן צווישן 'קים יאנג אן' מיטן אמעריקאנע פרעזידענט טראמפ, והעולה על כילנה דער געלונגענער וויזיט פון מייק פאמפעיאו, אויף וועמען די דעמאקראטן האבן געזאגט אז ער איז נישט פעאיג צו זיין סעקרעטערי אוו סטעיט.., און דער דאזיגער שלימזל קערט זיך צוריק פון א העכסט געלונגענע וויזיט אין נארט קארעא מיט די באגלייטונג פון דריי לאנג יעריגע אמעריקאנע משכונות, און עס זאל אודאי נישט שאטן קיין עין הרע, האט ער די וואך באקומען די שטערקסטע ציפערן אויפן עקאנאמיע וואס א אמעריקאנע פרעזידענט האט נאר געזען זינט פרעזידענט ' FDR '! גענוג? צו איר דארפט נאך?....

און דער אמת איז, איך הייב שוין אן צו ווערן אביסעלע נערוועז.., עס גייט אים שוין צו גוט.., דאס איז עפעס חוץ לדרך הטבע'דיגע הצלחות. עס איז באקאנט דער מעשה פון דער גרויסער עושר וואס זיינע באדינער האבן געטראגן צום טייך וואשן און אפשווענקען, זיינע טייערע גאלדענע כלים באזעצט מיט טייערע איידל שטיינער, אינמיטן וואשן איז געקומען א שטארקע כוואליע און האט אלעס פארשוועמט.

די באדינער זענען געווען אויסער זיך פאר אויפרעגונג, נישט וויסענדיג וואס צו טון, פלוצלונג זעען זיי ווי דער וואסער ברענגט צוריק אלע טייערע כלים פון זיך אליין, און אן קיין שום אנשטרענגונג האבן זיי צוריק געפינען אלע טייערע כלים און אפילו איינ'ס האט נישט געפעלט, ווען מען האט דאס פארציילט פארן עושר האט ער אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען און קלאגן, אויף די פראגע וואס איז דא די גרויסע טרויער בשעת ווען עס געשעט אזעלכע ניסים, האט ער געענטפערט: "דאס לעבן איז ווי א ראד וואס דרייט זיך, אמאל איז מען אונטן און אמאל איז מען אויבן, אז איך זע אז עס געשעט צו מיר אזעלכע אומדערהערטע הצלחות, אז אפילו פארשוועמטע כלים קערן זיך צוריק פון זיך אליינ'ס, ציטער איך, צו איך בין נישט אנגעקומען צום שפיץ פונעם הצלחה פיראמידע, און פון יעצט און ווייטער ווען איך חלילה גיין בארג אראפ ח"ו, דערפאר וויין איך און איך בין טרויעריג.

און וכך הוה, פון דעמאלט'ס אן האט זיין מזל אנגעהויבן גיין בארג אראפ, ער האט פארלוירן זיין גאנצע פארמעגן און איז געווארן א בלוט'יגע ארימאן. מיט א צייט שפעטער איז ער געווארן זייער קראנק מיט עפעס זייער א זעלטענע מחלה, און קיינער האט אים נישט געקענט העלפן, אזוי איז ער נעבעך אפגעלעגן א קראנקער עלנד און שוואך. מאכט זיך אמאל אז דער קייזער'ס פערזענליכער דאקטאר איז פונקט געווען אין שטאט, און האט געדארפט באזוכן דער זעלבע שפיטאל ווי דער ארימאן – קראנקער איז געלעגן, האבן עטליכע ידידים געשתדל'ט ביים דאקטאר אז ער זאל אריינגיין א קוק טאן אויף דעם געוועזענע עושר, ווען דער דאקטאר איז געקומען און האט אים אונטערזוכט האט ער זיך אנגערופן מיט טרויער, אז ער ליידט פון עפעס א זעלטענע מחלה וואס מען קען נאר היילן מיט בלוט פון עפעס א גאר זעלטענע פויגל, און איז זייער שווער און טייער צו באקומען, אבער אזא ארימאן וועט זיך דאס נישט קענען אונטערנעמען אויף קיין פאל, און דעריבער זעט ער נישט פאר אים קיין שום עצה.

ווי נאר דער דאקטאר האט ארויסגעגעבן דעם פסק, האט מען געהערט קלאפן אויפן פענסטער, און צו אלעמענ'ס וואונדער איז דאס פונקט געווען דער גאר זעלטענע פויגל אין וואס מען האט זיך גענויטיגט אזוי שטארק! דער דאקטאר האט תיכף א נעם געטאן דער פויגל, און האט אויסגעקוועטשט דערפון דאס בלוט און האט צוגערייט דערפון דער ספעציעלע מעדעצין, בשעת ווען ער איז צוגעגאנגן צו דערלאנגן פארן חולה דער מעדיצין, איז פון גרויס התרגשות דער טעפעלע מיט די מעדיצין ארויסגעפאלן פון דער האנט, און האט זיך אויסגעגאסן אויפן ערד.

עס איז נישט צו באשרייבן דער צער און אנטריסונג וואס דער דאקטאר מיטן גאנצן עולם האבן דעמאלט'ס געשפירט, ליגט דא א בלוט'יגע ארימאן וואס פארמאגט נישט גארנישט נעבעך, שוין יארן וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיין מצב, און ווען עס קומט שוין ענדליך צו גיין א גרויסע דאקטאר, און ער באקומט די נויטיגע מעדיצינען מיט גרויע ניסים, גיט זיך דאס אלעס א גיס אויס אין די לעצטע מינוט, און דער לעצטער האפענונג איז געגאנגן לטמיון, ווי קען מען אראפשלונגען אזא צער?

אבער צו אלעמענ'ס וואונדער האט אונזער געוועזענע עושר אנגעהויבן צו לאכן און צו טאנצן, זאגענדיג אז קיין ערגערע און טיפערע מצב פון דעם איז שוין נישט דא, דעריבער איז ער זיכער אז ער וועט בקרוב צוריק אויפגעראכטן ווערן און צוריק ווערן א גרויסע עושר, און וכך הוה. עד כאן די שפאנענדע מעשה. יעצט צוריק צו דער "אנאליז".

ווי פריער געשמועסט עס גייט אים שוין אביסעלע צו גוט..., און איך בין נישט באזארגט פאר טראמפ'ן נאר וועגן עפעס א אלטע 'אידישע ליכט' מעשה.... אויפן פאליטישע שך ברעט איז אויך זייער נישט גוט צו זיין עפעס א חוץ לדרך הטבע'דיגע געווינער, קודם כל איז קיינמאל נישט גוט צו זיין א אומגעווענליכע מוצלח, ווייל דעמאלט'ס שאפט מען זיך איין צופיל שונאים, און צופיל אומפארגינער'ס, און כאטשיג וואס אין א פריוואטע לעבן איז דאס נאך נישט עק וועלט, אבער אין פאליטיק קען דאס מיינען "סוף פסוק", ווייל אז מען האט צופילאומפארגינער'ס קען מען נישט צופיל שטייגן אין
פאליטיק.

און בכלל איז עס זייער נישט גוט צו זיין א "סופער ווינער", ווייל עס קלאפט זייער נישט גוט אויס נאכדעם ווען זאכן גייען שוין נישט אזוי גוט, און דער עולם האט זייער "היי עקספעטעישאנ'ס", כאטשיג וואס פאר א געווענליכע פאליטישאן טוט ער גאנץ א פיינע ארבעט, און עס קומט זיך אים א גוטע צייכן, דאך וועלן רוב מענטשן ארונטער רייסן דעם פרעזידענט אין אזא פאל, און אים קריטיקירן אז ער פוילעצט אונטער און ער טוט נישט גארנישט פארן לאנד. שוין, נאכדעם וואס איך האב אנגעדרייט א געשמאקע שטיקל געשיכטעלע, אזוי אז עס זאל נישט שאדן חלילה א 'עין הרע' אויף אונזער פרעזידענט..., קען מען זיך נעמען רעדן תכלית....

רבותי, ער איז פיינע נייעס... און נישט סתם פיינע נייעס, נאר עפעס 'מעגא מעגא פיינע נייעס'..., אויף טעקסט לינגא שרייבט מען דאס MMFN ....., אויף אזא וואך איז א יעדע ווארט וואס איך וועל נאר שרייבן אדער צולייגן, בלויז זיין אין דער בחינה פון כל המוסיף גורע.., און עס בלייבט נאר איבער צו ציטירן אלע ברכות וואונטשן פון דער תורה, "וכל אשר הוא עושה ה' מצליח" און "ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים עמו" וכו' וכו', און אז איר ווילט, האב איך א גאנצע ליסטע מיט פסוקים פון דא ביז'ן 'אוצר החכמה'.., הקיצור ער איז עפעס א נישט נארמאלע מוצלח ווי ער ווענדט זיך נאר.

אבער פטור בלי כלום אי אפשר, איך וועל אייך נישט סתם אזוי צעדרייט מאכן מיט מיינע 'קארני' וויצן, אן עפעס שרייבן צו דער זאך אויך.., איז אזוי, פון די אלע באמבאדיסטישע נייעסער איז די מידיא נאך אלט'ס נישט געקומען צו דער החלטה אז ער איז טויגליך, ניין, וואס עפעס? דער פרעזידענט איז גוט? ניין, איי ער האט דאך אדורכגעפירט א היסטארישע זאך וואס פלאגט שוין די וועלט פאר די לעצטע זיבעציג יאר? הא גופא קשיא.. עפעס איז פישי מיט די גאנצע קארעא דיל, זיי האבן זיך עפעס צו שנעל געבראכן, און ווער ווייסט וואס ער האט זיי צוגעזאגט דערפאר? וכדו' וכדו' אלע זייערע שטותים.

דער אמת איז, אז אסאך רעפובליקאנער און אני בתוכם, וואונדערן זיך אויך וואס איז פשט פון זיין אויסטערלישע סוקסעס אויפן קארעא פראנט, איך מיין נאך אלעם איז ער דאך געווען א הארטע ניסל מיט וואס דער וועלט האט זיך נישט געקענט ספראווען פאר זיבעציג יאר, און דא ברענגט ער אים צו די קניען אזוי נישט דיר און נישט מיר, דאס איז באמת א הארבע פראגע. נאר דער תירוץ איז אז א יעדע אונטערוועלטניק טרעט אפ ווען ער זעט אז עס איז דא א גרעסערע מחוצף פון אים אינעם געגענט, די קארעא'ער זענען געווען געוואוינט צו האנדלן מיט ליצים פון אייראפע און וואשינגטאן, וואס זייער ווארט איז נישט געווען קיין ווארט, און האבן זיך זייער שנעל געבראכן צו אביסל סטראשונגען, און האבן געקענט באשטיין צו לייזן קריזיסן מיטן אפשיקן טאנען פון 'עיד און פארפלעגונג' צו די אויסגעהונגערטע קארעא'ער און פארטיג.

זיי האבן נאך באמת קיינמאל נישט געהאט איינער וואס זאל זיי ווייזן אז ער האט א בלוטיגע פאסיק...., און דער עיקר איינער וואס זיין ווארט זאל זיין א ווארט, און איינער וואס דערשרעקט זיך נישט פון זייערע הוילע סטראשונגען. ווען זיי האבן געהערט אזעלכע ווערטער ווי "מיין קנעפעל איז גרעסער פון דיינע און עס ארבעט" האבן זיי צום ערשטן מאל זיך דערזען מיט א פארשוין וואס דערשרעקט זיך נישט פון סתם הוילע פראפעגאנדע, ער איז א מענטש צום טיש, און ער מיינט ביזנעס. צו דער קארעא קאפ דארף מען רעדן א שפראך ווי טראמפ, צו זיי דארף מען לאזן פאלן אזעלכע קאמענט'ס ווי "דער קליינער ראקעט מאן" אדער "דער נידריגער פעשליכער פירער", איינמאל זיי האבן דערזען אז ער מיינט עס ערנסט האבן זיי זיך צוזאמגעלייגט ווי א פאפירענע געביידע, ואידך פירושא זיל וקרא...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל