טעהראן – וואס טוט עמיצער וועלכע איז שטעקן געבליבן אין א דיקטאטורישן רעזשים און ער וויל פארשפרייטן אנטי-רעזשים מעסעדזשעס? אויב וועט ער עס טון דורכ'ן אפענעם אינטערנעט אדער אין פובליק, וועט ער ווי פארשטענדליך באלד ווערן ארעסטירט און ס'וועט אים ווארטן די הארבסטע שטראפן. אנטי-רעזשים אקטיוויסטן אין איראן האבן אין די טעג אנגעהויבן א נייעם קריעטיוון קאמפיין, דורכ'ן פארשפרייטן געפירקלטע מעסעדזשעס אויף באנקנאטן. די אקטיוויסטן פירקלען אן אנטי-רעזשים מעסעדזש אויף יעדן דאלאר מיט וועלכע זיי קומען אין באריר, און דאס ווערט נאטורליך צעשפרייט צווישן מענטשן ביי האנדל-וואנדל, וואס אזוי ווערן די מעסעדזשעס געלייענט דורך אומצאליגע.
![בילד בילד](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEjdQgyZbGhYJU7C3Tk6LKzuCfQoi5at0Pr7MucB2FNks_9wFKQVfgH-3uDwEuKHlLoEp1Rn8zjHk8kW79JhOYIw4eko82bcuOHaQ2jnUe6dA0yoVyx01kwwPfNj_niBHWnEKX8PCns2lLRxUsiE9VxpouTGE-8HZrfkXAOgiJq1628huv9tgziagKaKWf1D6hBMYyU7IpdrU8ihsc3av-bnc-OyoCjJpQ=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה